אנאליזן און אבזערוואציעס פאליטישע נייעס און ארטיקלען

אנאליז: די בעפארשטייענדע ‘בחירות’ אין מדינת ישראל, און די היץ וואס פלאקערט…

פון דער ‘אידישער ווינקל’ קארעספעדאנט אין ירושלים, יאסי ווייסמאן

יעדער קען די אויסדרוק “עס טוט זיך אויף טישן און בענק”, אבער קיינמאל שטימט עס נישט אזוי גוט, ווי אויף די קומענדיגע טעמע וואס מיר גייען דא שרייבן, נעמליך: “וואלן אין מדינת ישראל.”

וואלן איז עפעס וואס איז זייער גוט פאר אלע מידיא פירמעס ווייל ס’איז דא אסאך העדליינס, און ס’ברענגט מער אדווערווייזערס, אבער ווען די ‘כנסת’ האט געשטימט פאר די ‘בחירות’ דעם פארלאפענער דעצעמבער, איז די אנגענומענע מיינונג ב

די קעגנער פון נתניהו קאמפיינען העפטיג

יי פאליטישע מויל-מאכערס געווען אז ס’גייט זיין א שטילע סעזאן, און פאליטישע קאמענטעטארן האבן שוין אנגעהויבן זוכן א זייטיגע דשאב…

ביבי נתניהו האט אויך געהאפט אז ער וועט זיגן גרינג און שטארק, אבער אן אנדערער בנימין מאכט אים קאפוויי.

מדינת ישראל הויפט-גענעראל בעני גאנץ וועלכע האט געדינט ביז 2015 האט זיך אנגערוקט, די ערשטע תקופה ווען ער האט אנגענומען א שטילשווייגעניש און ניטאמאל געמאלדן ווי אזוי די פארטיי גייט הייסן האבן אים די אנקעטעס געגעבן 15 מאנדאטן, טאקע א שטיקל קאפוויי פאר ביבי, אבער נישט געפערליך, מ’וועט עס דורכשוויצן, אבער קיינער האט זיך דאן נאכנישט פארגעשטעלט וויפל פאן מ’גייט האבן פון די וואלן.

ווען גאנץ איז געשפרינגען צו 21 מאנדאטן, און דערנאך ווען ער האט זיך פאראייניגט מיט יאיר לאפיד פון יש עתיד פארטיי; צו 36, דאס מיינט אז ער שפרונגט אריבער ביבי, האט זיך נתניהו ארויפגעשארצט די ארבל, און אנגעהויבן קאמפיינען מיט באק ציינער.

ביי די פריערדיגע וואלן אין 14′ האט ביבי גענוצט א סטראטעגיע צו צונעמען שטימען פון אנדערע רעכטע פארטייען, און אזוי האט ער געוואונען, אבער יעצט איז ביבי אין א גרויסע דילעמא.

די ‘כנסת’ באשטייט פון 120 בענקלעך, און כדי צו אויפשטעלן א רעגירונג מוז מען האבן א מאיאריטעט פון 61, אבער איינגעפירט איז אז די פארטיי וואס האט די מערסטע מאנדאטן שטעלט אויף א קאאליציע פון נאך אנדערע פארטייען.

נתניהו האט צוגענומען פון איראן, איראן האט צוגענומען פון בעני גאנץ… פראפעגאנדע פון ביבי נתניהו קעגן זיין קעגנער בעני גאנץ

געווענליך איז די רעכטע בלאק, נעמליך אלע רעכטע פארטייען צוזאמען א רוב, יעצט אבער נאך די גאנץ-אויפשטייג איז עס זייער שמאל.

אויך זענען דא עטליכע רעכטע קליינע פארטייען ביים שוועל פון ‘אחוז החתימה’ (מען דארף האבן אמווייניגסטנס 4 מאנדאטן זיך צו קענען אנלאנען אויפ’ן כנסת בענקל), און דורך אראפציפן קולות פון די רעכטע קליינע פארטייען מאכט ער, אז זיי זאלן ארויספאלן, און דאס מיינט אז די רעכטע בלאק ווערט אפגעשוואכט.

דערצו קפץ עליו די מעלדונג פון דער ‘יועץ המשפטי’ אז מען גייט אים אנקלאגן, און נאר דאס האט אים יעצט אויסגעפעלט.

ווי באקאנט אבער איז ביבי נתניהו א וועלט’ס מאנופולירער, ער איז א רעדנער איינס אין די וועלט, און האט זייער א גוטער פיסקל, ס’איז נישט מעגליך נישט צו ווערן פארגאפט, זיינע שארפסטע קעגנערס זאגן אויך, אז זיי קענען זיך נישט פארשטעלן מדנ”י אן נתניהו, נאר פשוט זיי שטערט זיין קארופציע, אבער ביי זיינע שטיצער האט די דעקלעראציע פון אביחי מאנדלבליט אז מען גייט אנקלאגן ביבי נתניהו נישט צופיל אויסגעמאכט.

זיי האלטן ווארשיינליך אז יעדער פאליטיקאנט איז קארופטירט, און יעדער פובליק-פיגור נעמט שוחד, און ס’איז זיי בעסער נתניהו, וואס האט שוין געענדיגט גנב’נען, ווי איידער א פרישער פאליטישן וואס וועט אנהייבן מיט א פרישקייט צו גנב’נען…

הכלל ביבי האט זיך אפירגענומען און אנגעהויבן ארויסקומען מיט קאמפיין-פראפעגאנדע-ווידעאס יעדע צוויי מינוט, זיינע סאושל מידיע אקאונטס פארמאגן מער נאכפאלגערס ווי אלע מידיע ארגאניזאציעס אין מדנ”י צוזאמען!

זיין עיקר טענה איז אז דער ‘יועץ המשפטי האט באשלאסן אים צו אנקלאגן אונטערן דרוק פון די לינקע מידיע.

אין די צייט איז אין גאנץ’ שעטנז פארטיי ‘כחול-לבן’ אויך נישט באשיצט פון סקאנדאלן: א פרעסטיזשפולער דזשורנאליסט מיטן נאמען ‘עמית סעגאל’ האט אויפגעדעקט, אז די איראנער האבן געהעקט בעני גאנץ’ס פריוואטע סעלפאון!

גאנץ האט גלייך גע’טענה’ט אז ביבי שטייט אונטער די ארויסרינונג פון די האקעלע אינפארמאציע, אבער דער זשורנאליסט האט עס אפגעווארפן.

אין די לעצטע טעג האט ביבי אנגעהויבן א קאמפיין: אויב גאנץ וואס איז אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט געווען א פארזיצער פון סייבער קאמפאני (און האט באנקראטירט…) האט נישט געקענט היטן אויף זיין פאון, דאן וויאזוי טראכט איינער אז ער וועט קענען היטן אויף די מדינה…

טאקע אין די לעצטע פאולס שטייען גאנץ און ביבי אייניג ביי 30 מאנדאטן.

ביז די וואלן אום ד’ ניסן, וועלן נאך זיכער ארויסקומען אסאך קאנטראווערסיעס און אסאך שפייעכץ וועט גיין לאיבוד פאר גארנישט.

ס’איז דא אזויפיל נייעס איבער די וואלן אז איינער האט זיך לעצטנס געווערטלט אז אין די פאראייניגטע שטאטן איז טאקע די תקופה פון וואלן צוויי יאר, אבער די איזרעליס וואס שפירן זיך אביסל אויסגעשפילט, פרובירן צו אריינשטופן אלעס אין 2 יאר…

ימים ידברו.

איבערן שרייבער

יאסי ווייסמאן

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.