דער הויפט באאמטער איבער סייבער אנגעלעגנהייטן פון ‘עמעזאן’ האט נעכטן אויפגעדעקט אז סעודי אראביע האט געהאט צוטריט צו די פריוואטע פאון פון דער פארזיצער פון עמאזאן דזשעף בעזאס.
געווין דע בעקער האט געזאגט צו די פרעסע אז די פריוואטע אויספאשער פון עמעזאן זענען זיכער אז די סעודי’ער האבן באקומען צוטריט און גענאשט פריוואטע אינפאמאציע אויף אים.
מיר ווייסן נאך נישט וויפל אינפארמאציע האבן די סעודיער אויף בעזאס, זאגט דע בעקער, אבער ס’איז קלאר אז זיי האבן פארשידענע פריוואטע אינפאמאציע געליעקט צו די פרעסע מיט א צייט צוריק.
דע בעקער זאגט אז זיי האבן איבערגעגעבן אלע זייערע באווייזן צו די פעדעראלע אויטאריטעטן.
די סעודישע אמבאסאדע אין וואשינגטאן האט נישט רעאגירט צו די באריכט.
אין די פארגאנגענעם מאנאט האט בעזאס מרמז געווען אז אונטער פארשידענע נעגאטיווע ארויסרינונגען קעגן אים, שטייען די סעודיער.
ער האט אנגעגעבן א סיבה דערפאר זאגנדיג אז זיי ברויזן אז אין די ‘וואשינגטאן פאוסט’ וואס איז אונטער זיין אייגנטומערשאפט; איז געווען שטארק געדעקט די מארד אויפן זשורנאליסט דשאמעל כאשיגי.
כאשיגי וואס איז זעלבסט געווען א שרייבער אינעם וואשינגטאן פאוסט, פלעגט שרייבן שארפע עדיטאריעל’ס קעגן די דיקטאטארישע רעזשים אין סעודי אראביע, און טאקע אונטערן דירעקטן באפעל פונעם קרוין פרינץ בין סאלמאן איז ער מיט א צייט צוריק ערמארדעט געווארן.