אידישע נייעס

וואלן אין אוקריינע: דער אידישער קאמידיען איז אויפן וועג צו ווערן פרעזידענט

דער אידישער קאמידיען וולאדימיר זלאנסקי שטייט שטארק פארויס פון דער אמטירנדער פרעזידענט פאראנשענקא, אין די אנקעטעס. די צוויי גייען זיך ביים ענדע טרעפן אין א צווייטע און דערצירנדע רונדע פון וואלן.

39 קאנדידאטן פארמעסטן זיך היינט ביי די ערשטע רונדע פון די וואלן,  פאר די פרעזידענטשאפט אמט.

דער אידישער קאמידיען וולאדימיר זלאנסקי

און לויט די פאולס איז דער זיכערער געווינער וולאדימיר זלאנסקי, דער אידישער קאמידיען וואס האט נישט קיין שום פאליטישע ערפארונג.

זיינע צוויי עיקר קעגנער זענען דער אמטירנדער פרעזידענט פעטרא פאראשענקא, און די געוועזנע פרעמיערין יוליא טימאנשקא.

אבער ביידע שטייען הינטערשטעליג מיט א קענטיגע צאל שטימען.

די ענדגילטיגע געווינס וועט מען וויסן ביי די צווייטע רונדע וואלן, אפריל דען 21’סטן.

זאלאנסקי איז געווארן פאפולער נאך וואס ער האט ארויסגעגעבן א ווידעא קעגן קארופציע, וואס איז א מכת מדינה אין אוקריינע. ער זאגט אז ער גייט איינפירן א געזעץ וואס גייט פאבאטן פאר איינער וואס איז געווארן אנגעקלאגט אין קארופציע, צו לויפן פאר א פאליטישער אמט.

אזוי אויך אויך שלאגט ער פאר צו פירן דירעקטע פארהאנדלונגען מיט רוסלאנד, כדי צו שליכטן די דיפרענצן אין מזרח אוקריינע.

איבערן שרייבער

יאסי ווייסמאן

באמערקונגען

  • נישט קיין גוטע נייעס פאר אידן, די אנטיסעמיטן וועלן שוין האבן וועם צו באשילדיגן אויף די אלע פראבלעמען וואס איז געווען אין וועט זיין אין אוקריינע.

    • ס’איז דא אסאך וואס האלטן אז ס’איז נישט גוט פאר אידן אז דשעראד קושנער געפינט זיך אינעם ווייסן הויז, ווייל מ’וועט באשולדיגן די אידן אין פארשידענע פראבלעמען.
      וועגן קושנער ווייסט יעדער איינער אז די פלאן פון די פעסימיסטן האט זיך נישט אויסגעארבעט, אדרבה ער האט פארשידענע זאכן געהאלפן פאר אידן ווי רובאשקין, פריזאן רעפארם בילד וכו’.

      פון די אנדערע זייט קען מען זאגן אז אוקריינע איז נישט אמעריקע און ס’איז אן אנטיסעמיטישע לאנד, און ס’קען זיך נישט גוט אויסארבעטן אז א איד גייט פירן דאס לאנד.

      אבער אפילו ווען יא מאכט עס גארנישט אויס, זלאנסקי איז זייער פאפולער אין אוקריינע ער גיייט ווארשיינליך געווינען ביי די צוויי שפיציגע פארמעסט קומענדיגן אפריל. און עס אינטערסירט קיינעם נישט אויב ס’וועט זיין אנטיסמיטן וואס וועלן באשולדיגן אלע אידן אין אוקריינע’ס פראבלעמען.
      די אנטיסמיטן וועלן אלעמאל טרעפן וואס צו שרייען און באשולדיגן די אידן.

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.