קאראקאס – 2 עראפלאנען פון די רוסישע לופט פלאטע מיט ארום 100 סאלדאטן דערויף, האבן דעם פארלאפענעם שבת געלאנדעט אינעם צענטראלן לופט-פעלד אין קאראקאס.
די באריכט איז נישט קיין אפציעלע באריכט, נאר קומען פון זשורנאליסטן און נייעס סטאנציעס וואס פאלגן נאך דעם יעצטיגן קריזיס אין ווענעזועלע.
די פראפעגאנדע מיניסטעריום פון ווענעזועלע האט נישט רעאגירט צום באריכט. אזוי אויך האט די רוסישע זיכערהייט מיניסטעריום, און דער קרעמלין ווארטזאגער זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די באריכטן.
דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין איז איז א צענטראלער פארבינדעטער פונעם סאציאליסטישן פרעזעדינט מאדורא.
דעם פארגאנגענעם דעצעמבער האבן רוסלאנד מיט ווענעזועלע געהאט מיליטערישע איבונגען צוזאמען.