אן אמעריקאנער מיליאנער האט איבעראשט סטודענטן ביי זייער גראדואירונג צערעמאניע אין אטלאנטע, ווען ער האט מנדב געווען פאר די 400 סטודענטן אויסצוצאלן אלע חובות וואס עס האט זיי אפגעקאסט די לערן-קאסטן.
דער מיליאנער ראבערט סמיט האט גערעדט ביי די מארהאוס קאלעדזש אין אטלאנטע, אן אלטער שולע אין דזשארדזשיע. ער האט דארט געזאגט אז “איך וועל פארמעקן אלע אייערע חובות”, וואס קומט אויס צו ארום 40 מיליאן דאלער!
דער ביזנעסמאן האט געזאגט מיט א זיכערקייט אז עס לוינט אים דאס צו טוען, און אז די סטודענטן וועלן זיכער פארבעסערן דאס לעבן פון פילע טונקל-הויטיגע, נאכן זען אז זיי זענען נאבעלע מענטשן, נאכדעם וואס ער זעלבסט איז א טונקל-הויטיגער, און דער רייכסטער שווארצער אין דער וועלט.
די סטודענטן האבן זיך אויפגעשטעלט און עפלאדירט דעם מיליאנער פאר א וויילע, און ווי א ווארטזאגער פון די קאלעדזש זאגט האבן זיי נאכנישט געהאט קיינמאל אין היסטאריע געהערט פון אזא גרויסע נדבה.
דאס קומט נאכדעם וואס די לערן-קאסטן אין די פאראייניגטע שטאטן גייט דראסטיש ארויף, און ס’איז זייער שווער פאר סטודענטן צו קענען געהעריג גראדואירן, צוליב די פילע געלטער וואס דאס קאסט.