די בארימטער פאריזער אייקאן, די “אייפעל טורעם”, איז דעם היינטיגן מאנטאג געווען אפגעשלאסן פאר לאנגע שעות, נאכדעם וואס א מאן איז ארויפגעקראכן דערויף פון אינדערויסן, און טויזענטער מענטשן האבן דאס לעבעדיג מיטגעהאלטן מיט דראמא.
דער פארשוין איז געקראכן פאר גאנצע זעקס שעה די פילע הויכע שטאקן אינדערויסן פון דעם איפעל טורעם, נאכן ארויסקריכן פון א פענסטער אויף די צווייטע שטאק, ווען פילע רעטונג לייט האבן זיך געבעטן ביי אים ער זאל אראפקומען, אבער ער האט נישט געהאלטן דערביי.
ערשט נאך זעקס שעה פון סטראשען אז אויב מען באדערט אים וועט ער אראפשפרינגען און זיך נעמען דאס לעבן, האט ער זיך געבראכן און מסכים געווען אראפ צו קומען. א דאנק דעם איבערקערעניש האבן 2,500 מענטשן וועלכע האבן געקויפט טיקעט’ס דאס מיטצוהאלטן, געמוזט עוואקואירט ווערן.
די אייפעל טורעם פארמאגט דריי שטאק פון אינעווייניג, די אויבערשטע צוויי שטאק פארמאגן שטיגן, אבער צום דריטן שטאק קען מען נאר דערגרייכן מיט אן עליוועיטאר. די סטרוקטור פון די טורעם איז הויך 81 שטאק.