אידישע נייעס

עלנדע נפטרת ווערט געברענגט לקבר ישראל מינוטן איידער פארבערנט ווערן ל”ע

אן עלנדע נפטרת פון לעיקוואד איז געקומען צו קבר ישראל, נאכדעם וואס נאנט צו א יאר צייט איז איר קערפער געווען אין א פריזער, און קיינער איז נישט געקומען אפנעמען די גוף צו די לויה.

נאכן זען אז קיינער קימערט זיך נישט מיט דעם נפטרת, האט זיך אנגעהויבן א פראצעדור איבער פארברענען דעם קערפער. אבער דאן האט דער אדוואקאט פון איר קעיס געזען אז די נפטרת איז גאר א אידענע.

דער אדוואקאט האט זיך פארבינדן צו די לאקאלע חברא קדישא וואס הייסט ‘בעלקאף-גאלדשטיין’, און געבעטן זיי זאלן פארזארגן א ‘אידישע פארברענען פראצעדור’ אויף די קערפער…

די חברא קדישא לייט האבן אים געגעבן צו פארשטיין אז ביי אידן פארברענט מען נישט. נאך לענגערע געשפרעכן האט ער מסכים געווען צו איבערגעבן די נפטרת אין די הענט פון חברא קדישא, און די אידענע איז אין די לעצטע מינוט געראטעוועט געווארן, און געברענגט ווערן לקבר ישראל.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.