א מאדנע גניבה האט פאסירט אין שטוב פון א 70 יעריגער חב”ד’סקער איד אין קראון הייטס, ווען מען האט אים בא’גנב’עט מיט 23 שאכטלען, וואס דערין זענען געווען ארום 1,250 פארצייטישע תימנ’ער שופרות, וואס ווערט געמאכט פון די אנטילאפיע קאדו באשעפענישן אין אפריקע.
דער איד האט געפארקט ביי זיין דירה וועלכע געפינט זיך אויף מאנטגאמרי קארנער אלעבני פארלאפענעם דאנערשטאג, און געזען צו זיין שטוינונג ווי א גנב האט אויפגעבראכן די טיר פון זיין גאראזש, און אפגעטראגן מיט די שאכטלען שופרות…
ער האט באלד אלארמירט די פאליציי, און די ניו יארקער פאליציי דעפארטמענט האט פארעפנטליכע א בילד פון אן ענליכער תימנ’ער שופר, בעטנדיג אז ווער עס האט אינפארמאציע איבער דעם גנב זאל זיך מעלדן צו די פאליציי.