די שטאט ליזענסק לעבט און ווירבלט מיט טויזנטער וואס זענען געקומען פוקד צו זיין ציון הק’ פון רבי אלימלך אין טאג פון זיין יארצייט.
צווישן די קומערס דערקענט זיך אויך די צוויי געהויבענע תלמידים הרה”ק רבי מנחם מענדל פון רימאנאוו און הרה”ק ר’ נפתלי ראפשיצער זצוק”ל, ווער עס זענען ביידע געקומען קיין ליזענסק צום יארצייט, זיין ביים ציון הק’ פון זייער הייליגן רבי’ן צו וועמען זיי זענען געווען דבוק בחיים חיותו.
זיצן די צוויי צדיקים בראש השלחן און זייערע הייליגע מחשבות וואנדערן צוריק צו די הייליגע טעג, ווען דער גרויסער לייכטורעם איז נאך געווען מיט זיי און זיי האבן זיך געקענט מסתופף זיי בצל קדשו, ווען אינמיטן הערט זיך א קול פון א פרוי וואס בעט אז זי וויל אריינגיין צו די צוויי צדיקים און זיך מזכיר זיין בדבר ישועה ורחמים.
וואס האט פאסירט? לויט א גירסא איז די פרוי געווען די טאכטער פון הרה”ק רמ”מ מרימאנאוו און זי האט שוין געהאלטן יארן לאנג נאך איר חתונה און נאכנישט זוכה געווען צו זרע של קיימא און יעצט, הערנדיג אז די צוויי צדיקים זענען דא אין שטאט איז זי געקומען בעטן א ברכה געהאלפן צו ווערן מיט די ישועה.
די צוויי צדיקים האבן איר צוגעווינטשן אבער זי איז נישט רואיג, זי וויל א הבטחה, זי בעט און זי פאדערט און ווען די צוויי צדיקים ציען מיט די פלייצעס, ווערט זי נישט דערשראקן און זאגט אז זי וועט גיין בעטן א ברכה פון יוד’קע דער שניידער.
ווער איז דאס יוד’קע דער שניידער? וואונדערן זיך די צדיקים.
“יוד’קע דער שניידער האט א כח פון הימל אז יעדער ברכה וואס ער וואונטש ווערט מקויים”.
די צדיקים וואונדערן זיך פון וואו קומט צו אים דער אומגעהויערער כח און לאזן רופן יוד’קע ער זאל זיי קומען דערציילן פון וואו שעפט ער אזא גרויסע כח צו קענען וואונטשן און בענטשן אידן און אז זיינע ברכות קערן זיך נישט אום ליידיג.
נאך א שטיק צייט איז יוד’קע שניידער געקומען צוגיין און נאכדעם וואס מען האט אים ליידיג געמאכט א פלאץ האט ער אנגעהויבן דערציילן זיין געשיכטע.
מיט יארן צוריק בין איך געדינגען געווארן דורך דער פריץ פון מיין שטאט צוקומען זיין ביי אים א שניידער.
דער רייכקייט פון דעם פריץ פיטענשעקעוויץ איז געווען א שם דבר אין דעם גאנצן געגענט. אלע האבן גערעדט און געוואוסט פון דעם, ער האט פארמאגט גיטער, פעלדער, סטאדעס פון בהמות און וואס נישט און טאקע צוליב זיין גרויסער רייכקייט, האט ער נישט געהאט מיט וואס צו פארוויילן דעם טאג און האט זיך געזוכט פון אונטער די ערד באשעפטיגונגען וואס זאל אים האלטן פארנומען און פריש.
אין די ווינטער מאנאטן איז דער פארוויילונג אריבער גרינגער. דער פריץ האט זייער ליב געהאט צו גיין זיך שליטן אויף די שניי און אין די קאלטע ווינטער ווען עס האט געשנייט, איז ער געווען פארנומען מיט די שליטן און אריינגעלייגט דערין ראשו ורובו, אבער דאס איז גוט געווען ווינטער, וואס זאל ער טון זומער.
זומער פלעגט דער פריץ פראווענען א גרויסער באל און איינגעלאדנט אלע זיינע חברים, גראפן, פריצים און פירשטן אז זיי זאלן קומען צו דעם באל און ארום דעם באל האט זיך געדריידט דער גאנצער זומער און שוין פון וואכן פריער איז ער געזעסן און אויספלאנירן פלענער פאר דעם בעפארשטייענדן באל.
אין ראם פון זיין גרייטונג האט ער מיר געלאזט רופן און מיר געבעטן אז איך זאל ארויספארן אויף דעם מארק און גייען אויסזוכן די שענסטע סחורה און אויפנייען פרישע קליידער עס זאל זיין גרייט צו דער צייט ווען דער באל דארף אנקומען.
איך בין נאך דעמאלט געווען א יונגערמאן, איך האב קוים געהאט אנגעהויבן מיין לעבן, אבער דער מזל האט מיר צוגעשפילט און איך האב זיך ערוואבן א נאמען צו זיין פון די בעסטע שניידער אין געגנט, אבער קיינמאל פריער האט מיר דער פריץ נישט פארטרויערט צו זיין אויך דער שניידער און דער וואס וועט אויסוועלן די סחורה און אויך געגעבן אזא גרויסער סומע אין טאש אריין, איך זאל קענען זיך אויסוועלן די סחורה און ווען עס האט יא פאסירט, בין איך געווען איבערגליקליך אין דעם צוטרוי וואס דער פריץ טיילט מיר צו און מיט דאס געלט האב איך זיך געלאזט אין וועג אריין צו די יריד צוקויפן סחורה.
ויסעו און איך פאר מיר אזוי אין וועג גליקליכערהייט מיט דריי הונדערט רובל אין טאש ווען דער קארעטע פון פריץ טראגט מיר אהער און אהין וואו אימער איך וויל און מיטאמאל דערגרייכן מיינע אויערן א ביטערע געוויין פון עטליכע מענטשן, א געוויין וואס האט צוטרייסלט מיין הארץ און מיטגעריסן דעם גאנצן אומגעגענט.
איך האב געהייסן דער בעל עגלה זאל אפשטעלן דעם וואגן און איך בין אראפ פון וואגן צוזען פון וואו דאס געוויין קומט און בעפאר מיינע אויגן זעה איך א שרעקעדיגער בילד, מען שלעפט א גאנצער אידישער משפחה געבינדענערהייט צו ווערן אריינגעווארפן אין א גרוב, וואו זיי וועלן אפשמאכטן די נעקסטע יארן ביז ווען זיי וועלן חלילה ענדיגן זייער לעבן.
“וואס האט פאסירט?”. פרעגט יוד’קע דערשראקענערהייט צוזעענדיג דעם ספעקטאל וואס שפילט זיך פאר זיינע אויגן.
“דער מאשקע איז שולדיג פאר דעם פריץ קאסטינעאוויטש געלט און ווייל ער האט נישט באצאלט די ארענדע וועט מען אים יעצט אריינשליידערן אין גרוב”.
“וויפיל געלט איז דער חוב פון מאשקע?”. האט איך געפרעגט פאר די פאליציי.
“דער סומע איז דריי הונדערט רובל”.
“דריי הונדערט רובל?”. האב איך נישט געגלייבט וואס מיינע אויערן הערן, דאס איז דאך דער גענויער סומע וואס איך האב פארמאגט אין מיין טאש.
דאס געלט איז טאקע נישט געווען מיינס, עס האט געהערט פאר דעם פריץ, אבער קעגן האב איך געזען ווי דער לעבן פון אן אידישע משפחה הענגט אויף א וואגשאל. אויב געב איך זיי דאס געלט, ראטעווע איך זיי פון א זיכערן טויט און מיינע מחשבות האבן זיך אנגעהויבן וואקלען אהין און אהער.
פון צווייטן זייט, האב איך צו מיר געטראכט, אויב איך וועל זיי געבן דאס געלט, וועל איך נישט האבן קיין געלט אפצוגעבן פאר דעם פריץ און דער מעגליכקייט פון אהיימקומען מיט ליידיגע הענט איז אויך נישט קיין מעגליכקייט ווייל דער פריץ וועט מיר נישט פארגעבן און דאס מיינט אז מיין גאנצער צונקופט פון א גוטער שטעלע פון שניידעריי און א גוט לעבן גייט צוגרונד.
יוד’קע האט נאך געטראכט אהין און אהער ווען ענדע האט ער געמאכט א החלטה, אז ער גייט קומען מקיים זיין די גרויסע מצוה און נוצן דאס געלט אויסצולייזן דעם איד.
יוד’קע האט איינגעמאלדן פאר דער בעל עגלה פון פריץ אז ער האט געטוישט זיינע פלענער און ער קען אהיימפארן ווייל ער בלייבט נאך דא אין שטאט.
איינמאל יוד’קע איז לויז געווארן פון דעם בעל עגלה, האט ער גענומען דאס געלט אין די הענט אריין און זיך געלאזט צום שטוב פון דעם פריץ קאסטענאוויטש און אים אהינגעגעבן דאס געלט.
“איך בין געקומען ראטעווען די אידישע משפחה”. האט יוד’קע געזאגט און אהינגעגעבן דאס געלט פאר דעם פריץ און איינמאל ער האט געזען ווי מען באפרייט די אידישע משפחה האט יוד’קע געמאכט פליטה און זיך מער נישט אומגעקערט צו יענער שטאט.
ער האט טאקע מקיים געווען א גרויסער מצוה, אבער יעצט איז ער געבליבן עלנד אליין אויף דער וועלט, נישט האבנדיג ביי זיך גארנישט, נישט קיין געלט אדער עסן און אויך נישט קיין פרנסה מיט וואס זיך צו באשעפטיגן.
נישט האבנדיג וואו צו גיין האט ער זיך געלאזט צום ערשטן הקדש און זיך דארט איינקוואטירט, ער האט זיך אנגעשלאסן אין א קבוצה פון ארחי פרחי און מיטגעוואנדערט מיט זיי צו יעדן ארט וואו זיי זענען געגאנגען.
עטליכע חדשים האבן זיי אזוי געוואנדערט ביז ווען עס איז געקומען ראש השנה און זיי זענען אנגעקומען קיין ליזענסק.
די חברים פון יוד’קע האבן געוואוסט אז אויף ראש השנה קען באקומען א קווארטיר וואו איינצושטיין אויף ראש השנה און אויך וואו צו עסן די יום טוב’דיגע סעודות און גוטע אידן האבן געוויזן פאר די קבוצה וואו מען קען נעכטיגן און עסן אנבייסן ראש השנה.
נאך מעריב די ערשטע נאכט האט דער גבאי פארטיילט בילקעלעך און יעדער האט באקומען א בילקע, אבער די איינציגסטע וואס האט נישט באקומען איז געווען יוד’קע. דער גבאי האט אים בטעות פארזען און ער האט זיך נישט געוואלט שטופן און בעטן א בילקע און האט געהונגערט נאך א נאכט.
די הונגער איז שוין געווען נאך עטליכע טעג פון הונגער און יוד’קע האט זיך אנגעהויבן שפירן שוואך און געשפירט ווי זיינע כוחות לאזן זיך אויס און אט אט געזעגנט ער זיך פון דער וועלט.
אין הימל איז געוווארן א רעש, עס הייסט אז א איד וואס האט זיך אזוי מוסר נפש געווען פאר א צווייטן איד זאל אזוי אויסגיין פון הונגער און מען האט גלייך מודיע געווען פאר ר’ אלימלך וואס דא טוט זיך עס און דער צדיק האט געהייסן מען זאל אפירזוכן דעם איד, וואס האט אויף זיך אזא גרויסער זכות.
נאך א לאנגע זוכעריי צווישן אלע געסט האט מען געטראפן דעם איד און ר’ אלימלך האט אים געגעבן חלה מיט וויין און געהייסן איבערבייסן.
נאכדעם וואס איך האב עפעס טועם געווען האט דער צדיק ארויפגעלייגט זיינע צוויי הייליגע הענט אויף מיין קאפ און מיר אנגעהויבן בענטשן. דער רגע וואס ער האט מיר געבענטשט איז געווען א הייליגער רגע, עס האט אין מיר אריינגעבלאזן חיות דקדושה אויף מיין גאנצער לעבן און איך האב זיך אויפגעפרישט און גלייך נאך ראש השנה, האב איך צוריק געעפנט א שניידעריי און אנגעהויבן א נייער לעבן אבער מענטשן ארום מיר האבן אנגעהויבן זאגן אז דער צדיק האט משפיע געווען אויף מיר א כח צו בענטשן אידן און פון דעמאלט קומען אידן צו מיר פאר ברכות”. האט יוד’קע געעענדיגט זיין ערציילונג.
די צוויי צדיקים האבן געהערט די געשיכטע און פארשטאנען אז זייער רבי האט אויף אים משפיע געווען דעם כח און געבעטן ער זאל וואונטשן פאר די פרוי זי זאל האבן א קינד.
יוד’קע האט טאקע געווינטשן און ביז א יאר, כ”א אדר, איז איר געבוירן געווארן א קינד.
די מעשה ווערט געברענגט אין ספר אוצר ישראל בשם כ”ק אדמו”ר מתו”א זצ”ל.