צום ערשטן מאל, ווערט געגרינדעט א ספעציעלער האסן פארברעכן ביורא אין ניו יארק, וואו עס געפינען זיך אסאך חרדישע אידן, וועלכע ליידן פון האסן פארברעכן, אנטיסעמיטישע אנפעלער אדער ראסיסטישע לאוזונגען.
לעצטנס דערקענט זיך א שטארקער אנטיסעמיטישער ווינט איבער ניו יארק, וועלכע גיסט זיך אריבער פון מחשבה צו מעשה, און אידן אין די היימישע בארא פארק, פלעטבוש און קראון הייטס, זענען אין די לעצטע מאנאטן גאר ברוטאל אטאקירט געווארן דורך אנטיסעמיטן.
לויט דער הויפט פראסיקיוטער אין ברוקלים, זענען איבער דרייסיג פראצענט פון האסן פארברעכן געווען געצילט קעגן אידן, כאטש וואס אידן זענען נישט די גרעסטע פראצענט באפעלקערונג וואס ברוקלין פארמאגט. איראניש איז אז א גרויס טייל פון די פארברעכן, ווערט דורכגעפירט דורך אפריקאנער אמעריקאנער, וואס זיי אליינס ליידן פון האסן פארברעכן.
נאך די אלע פעלער, האט מען געגרינדעט דעם ספעציעלן ביורא פאר האסן פארבערכן, וואו מען וועט אויספארשן פעלער וואס זעען אויס ווי געצילט קעגן א ראסע אדער רעליגיע.