נעכטן איז אריינגעגעבן געווארן א קלאגע אין א פעדעראלע געריכט אין אמעריקע, קעגן דיימאן דזשאסעף, א 21 יעריגער איינוואוינער אין אהייא, וועלכער האט פלאנירט דורכצופירן א טעראר אטאקע אין א בית המדרש אינעם געגנט פון טאלדאו אין געגנט וואו ער וואוינט, און עס איז בחסדי השם פארמיטן געווארן, נאכדעם וואס זיינע בייזוויליגע פלענער זענען באצייטנס ארויפגעשווימען, און ער איז ארעסטירט געווארן.
דזשאסעף איז ארעסטירט געווארן אין ענדע פארלאפענעם וואך, נאכן זיך איינהאנדלען צוויי האלב אויטאמאטישע ביקסן, דורכצופירן דערמיט זיין שרעקליכן פלאן.
לויט ווי דער ארטיגער וויצע פראסיקיוטער האט געזאגט אין א פרעסע קאנפערענץ, האלט זיך דער טעראריסט אלס אן אייסיס נאכפאלגער, און ער האט געוואלט דורכפירן די אטאקע אין זייער נאמען.
ווי די באשולדיגער שרייבן אין די קלאגע, האט דזשאסעף אריינגעלייגט לאנגע מאנאטן אויסצוארבעטן א גענויער פלאן וויאזוי אדורכצופירן גאר א ווייטאגליכע און מאכטפולע טעראר אטאקע, און זיין ציל איז אין ענדע באשלאסן געווארן אלס דער בית המדרש אין טאלדאו.
“די רעדע איז פון א דורכגעטראכטער מענטש, וואס ווערט געטריבן דורך אן אידיאלאגיע פון פיינטשאפט, און א בייזוויליגער כוונה צו מארדן אומשולדיגע מענטשן” זאגט דער פראסיקיוטער. ווי אן עף בי איי אגענט גיבט איבער איז “דער טעראריסט פארוואנדלט געווארן פון א ווירטואלער דזשיהאדיסט, צו א פלאנירער פון א טעראר אטאקע”.
דזשאסעף איז שוין אונטערן ראדאר פון די עף בי איי זינט אנהייב יארע 2018, נאכדעם וואס ער האט ארויפגעלייגט אויף זיינע סאציאלע פלאטפארמעס בילדער פון געווער, מעסעדזשעס אין שטיצע פון אייסיס, און בילדער וואס אייסיס האט פארשפרייט אויף די געוועב.
דער טעראריסט האט געפילעוועט אין ראדיקאלע עקסטרעמיסטישע ווידעאוס, און פראפעגאנדע וויאזוי צו העלפן אנשליסן פרישע רעקרוטן פאר די אייסיס טעראר גרופע. ער האט אויך שטארק אויסגעלויבט דעם מערדער וועלכער האט דורכגעפירט די שוידערליכע שיסעריי אין די אידישע צענטער אין פיטסבורג, וואו 11 מענטשן זענען אומגעקומען. “איך שעץ וואס דער בחור האט געטון” שרייבט דער טעראריסט. “איך קען מיך זען דורכפירן דעם זעלבן אקט, נישט קיין פראגע. זיי וועלן מיר ממש נישט ערווארטן אין מיין געגנט”.
די פעדעראלע אגענטן האבן אים אונטערגעשטעלט אזויגערופענע ראדיקאליסטן, וואס סענען מכלומר געווען געהיים אגענטן פאר אייסיס, און דזשאסעף האט זיך געבעטן צו אים אז ער וויל אנטייל נעמען אין אן אייסיס טעראר אטאקע. ער האט אום דעצעמבער 2 געשיקט פאר איינע פון די אגענטן געשיקט א פלאן מיט זיין אטאקע. אינעם דאקומענט וואו ער רופט זיך מיט די פולע אראבישע נאמען “עבדאללה עלי יוסוף”, און ער שרייבט אז ער האפט צו ברעכן די רעקארד פון פאטאליטעטן דורכאויס א טעראר אטאקע.
צוויי טאג שפעטער האט ער געשריבן פאר די אגענטן אז ער האט שוין אויסגעוועלט די צילן, צוויי אידישע שוהלן אין די טאלדאו געגנט, באגלייט מיט א פלאן ווען דאס צו דורכפירן, אין די צייט וואס עס איז געפאקט מיט אידן.
שפעטער האט ער איבערגעשמועסט אלע גענויע דעטאלן מיט א געהיימע עף בי איי אגענט, צווישן אנדערע האבן זיי דיסקוסירט וועלכע וואפן איז די בעסטע צו נוצן. א טאג שפעטער האט ער געזאגט פארן אגענט אז ער האט זיך איבערגעקלערט, און כאטש וואס ‘אידעאליסטיש’ וואלט געווען בעסער צו אטאקירן צוויי שוהלן, איז אבער ‘רעאליסטיש’ צו אטאקירן בלויז איינס.
ווען דער טעראריסט האט איינגעקויפט די צוויי האלב אויטאמאטישע ביקסן איז ער ארעסטירט געווארן דורך די אגענטן, דער שומר ישראל האט אפגעהיטן שארית ישראל פון א פרישע בלוט פארגיסונג!