אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

סאאד הארירי אנולירט זיין רעזיגנאציע

לבנון — דער לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער סאאד הארירי האט זיך נעכטן מיטוואך ענדליך צוריקגעקערט קיין לבנון, צוויי וואכן נאכדעם וואס ער האט רעזיגנירט פלוצלינג פון אמט. הארירי האט געהאט געמאלדן זיין רעזיגנאציע בשעת ער איז געווען אויף א באזוך אין סאודי אראביע, וואס מען באשולדיגט אז סאודי אראביע האט אים געצווינגען צו רעזיגנירן, און מען האט מורא געהאט אז סאודי אראביע וועט נישט ארויסלאזן הארירי פון זייער לאנד, אבער למעשה האבן זיי אים פאריגע ענדע וואך ארויסגעלאזט.

נאך א באזוך אין פראנקרייך און אין עגיפטן, איז ער נעכטן צוריק אנגעקומען קיין לבנון, און געמאלדן אז דערווייל ציט ער צוריק פון זיין רעזיגנאציע, וואס דערמיט איז עטוואס בארואיגט געווארן די אינערליכע אנגעצויגנקייט אינערהאלב דער לעבאנעזער רעגירונג.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.