וואשינגטאן – א באריכט אין “סי-ען-ען” דעקט אויף, אז א גרופע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט און סענאטארן, און אויך איין רעפובליקאנער סענאטאר, האבן זיך פארלאפענעם דעצעמבער געטראפן מיט א פסיכאלאג פון דער יעיל אוניווערסיטעט, דאקטער בענדי לי, צו הערן פון איר אן אפשאצונג אויף פרעזידענט טראמפ’ס גייסטישן געזונט צושטאנד, און זי האט געזאגט אז לויט די געשעענישן אינערהאלב דער טראמפ אדמיניסטראציע פון זיין ערשטן יאר אין ווייסן הויז, שטעלט זיך ארויס אז ער איז זייער א געפארפולער מענטש און קען גרינג אריינפאלן אין פאניק און מאכן שלעכטע באשלוסן.
דאקטער לי איז אראפגעריסן געווארן דורך אנדערע פסיכאלאגן פאר’ן ברעכן דעם איינפיר נישט צו דיאגנאזירן פאציענטן אן דעם וואס מ’טרעפט זיך מיט זיי פערזענליך, אבער נעכטן האט זי אין א סטעיטמענט זיך פארטיידיגט, זאגנדיג אז זי האט נישט דיאגנאזירט טראמפ, נאר גערעדט איבער וואספארא געפאר ער שטעלט פאר’ן לאנד.