ביזנעס און פינאנץ

“סטארבאקס” געווינט געריכט קלאגע

קאליפארניע – די קאווע געשעפטן-נעץ ריז “סטארבאקס” האט געוואונען א געריכטליכע אנקלאגע וואס איז אריינגעגעבן געווארן קעגן איר דורך עטליכע לאנגיעריגע סטארבאקס קאסטומערס, וועלכע האבן גע’טענה’ט אז די געשעפטן-נעץ טוט באשווינדלען די קאסטומערס, דורכ’ן מאכן די גלעזלעך קלענער ווי דער סייז איז אפיציעל, דורכ’ן אנפילן די גלעזלעך מיט ווייניגער ווי עס קומט זיך פאר’ן קאסטומער, און מיט’ן אנצייגן פאר די וועלכע ארבעטן אין זייערע געשעפטן דירעקט צו קארגן אויף טייערע באשטאנדטיילן אין די געטראנקען, הויפטזעכטליך מילך, היות די פרייזן פון מילך זענען געשטיגן אין די לעצטערע יארן.

ריכטער גאנזאלעז ראדזשערס האט ארויסגעווארפן די אנקלאגע, זאגנדיג אז די אנקלעגער האבן נישט געברענגט גענוג באווייזן אז סטארבאקס גיט ווייניגער ווי זיי פארשפרעכן אין די “מעניו” צעטלעך.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.