אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס ביזנעס און פינאנץ

צענטראלע באנק אין ארגענטינע העכערט ריבית צו 60 פראצענט

דאס לאנד ארגענטינע ווערט מער און מער פארפלאנטערט פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט, אזש היינט האט דער צענטראלער באנק נישט געהאט קיין צווייטער אויסוועג, נאר איינגעמאלדן פאר אלע גרויסע ביזנעסער אין לאנד אז זיי וועלן דארפן העכערן די ריבית צאלונגען, אין א פראבע צו האלטן כאטש אביסל סטאביל דעם מטבע.

דער שפרינג איז געווען אזוי גרויס, פון 15% ביז צו די לעצטיגע 45%, און יעצט זענען זיי ווייטער ארויף ביז צו 60% – וואס איז היינט די גרעסטע ריבית צאלונג וואס איז נאר פארהאנען איבער דער וועלט.

דאס ברענגט אז די אלגעניינע אינוועסטירער זענען נאטורליך שטארק באזארגט, אז די דריט גרעסטע עקאנאמיע אין לאטיין אמעריקע וועט נישט קענען אפצאלן זייער רעגירונג חוב.

דער ארגענטינישער פעסאו טראסקעט לעצטנס גאר שטארק, און איז געפאלן אזויפיל ווי 45% פון איר ווערד. דאס ברענגט אז אינוועסטירער ווילן ארויסנעמען זייער פארמעגן פון דארט, א זאך וואס מאכט בלויז ערגער די מצב, אזוי אז דאס לאנד איז שרעקליך פארלוירן, און זוכט א וועג ארויס מיט גאנצע ביינער פון אן עקאנאמישער שטאנדפונקט.

בכלל גייט יעצט דאס לאנד ארגענטינע אריבער טעג פון אויפשאקלונג, נאכדעם וואס דער פרעזידענט מאריסעיא מארקי פרובירט ארויסצושלעפן ארגענטינע פון די לאנגיעריגע געלט שפענדונג פאר איבעריגע וואך און פארטיידיגונג, וואס דער פאריגער פרעזידענט קריסטיניע קירשער האט איינגעפירט.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.