די סאציאלע “טעלעגראם” פלאטפארמע האט היינט געלאזט וויסן אז זי וועט אין נאנטן אנהייבן צו קאאפארירן מיט אויטאריטעטן און געזעץ אינפארסירער אין לענדער וואו מען ניצט זייער עפפ, אין פאל וואס די געריכט וועט דאס פארלאנגען, און זיי וועלן צושטעלן פאר די אגענטורן פריוואטע איי. פי. אדרעסן אדער טעלפאון נומערן פון אזעלכע וואס זענען אונטער טעראר פארדאכטן.
אין א פאוסט וואס פאוועל דאראוו – דער גרינדער פון די טעלעגראם עפפ – האט ארויפגעלייגט, האט דער רוסישער דעוואלעפער געמאלדן אז דאס קומט אין רעזולטאט פון די נייע פריוואטקייט געזעץ אין אייראפע, וועלכע איז אריין אין קראפט פארלאפענעם מאי.
ער טוט קלארשטעלן דארט אז עס מיינט נישט אז די רעגירונגען גייען יעצט האבן א פרייע האנט צו פריוואטע אינפארמאציע פון סיי וועמען, נאר בלויז פאר אזעלכע וואס זענען פארדעכטיגט אויף טעראר, און א ריכטער פארלאנגט אז מען זאל צושטעלן צוטריט צו די פריוואטע אינפארמאציע.
טעלעגראם איז למעשה די מערסט באנוצסטע פלאטפארמע דורך טעראר ארגאניזאציעס וואו מען פלאנירט אויס פארשידענע אטאקעס, און בכלל דורך פארברעכערישע און קרימינאלע באנדעס, נאכדעם וואס זי איז בארימט אלס גאר א פריוואטע פלאטפארמע וועלכע גיבט נישט ארויס קיין שום אינפארמאציע איבער אירע באנוצער. אזוי אויך קען מען דארט פירן געהיימע געשפרעכן וואס פארמעקן זיך אויטאמאטיש נאך א באשטימטער צייט.
אין אזעלכע לענדער ווי איראן און כינע פלעגן פארקומען רעוואלאציאנערישע אקטיוויטעטן, וואו אנטי-רעגירונג מענטשן האבן אינאיינעם אדורכגעשמועסט פלענער אומצואווארפן די רעזשים, און דערפאר איז היינט נישט ערלויבט היינט צוטאג’ס צו האבן טעלעגראם אין די אלע לענדער.
רוסלאנד האט אפגעשפארט צוטריט צו טעלעגראם פארלאפענעם אפריל, נאכדעם וואס זיי האבן נישט געוואלט ארויסגעבן די געהיימע שליסל קאודס צו קענען שפיאנירן נאך באנוצער, פארן פרעזידענט וולאדימיר פוטין.
בכלל איז דאראוו, דער גרינדער פון טעלעגראם, א באקאנטער קעגנער קעגן פוטין, כאטש וואס ער איז א רוס. אין יאר 2014 איז ער אנטלאפן פון רוסלאנד נאכן נישט וועלן צושטעלן אינפארמאציע פאר פוטין איבער פארשידענע מענטשן, וואס האבן געשטיצט אוקריינע ביי דעם קריג צווישן זיי.
דאראוו האט אויך אדרעסירט די טעמע אז טעלעגראם איז אפגעשפארט אין רוסלאנד ביי זיין פאוסט: “צו מיינט אונזער קאאפאראציע מיט באאמטע, אז רוסלאנד וועט צוריק עפענען די באנוץ פון טעלעגראם? ניין. ערשטנ’ס, רוסלאנד פארלאנגט נישט צו זען אינפארמאציע פון טעראר פארדעכטיגטע, נאר זיי ווילן צוטריט צו אלע מעסעדזשעס פון יעדן איינציגסטן באנוצער”.
דערווייל האט מען נישט געמאלדן ווען עס גייט אריין אין קראפט.