פראנק פיעלד, דער לאנגיעריגער לעגיסלאטור און פארלאמענט מיטגלידער אין ענגלאנד, האט היינט געמאלדן אז ער וועט זיך אפטרייסלען און אויפהערן צו שטימען מיט זיין פארטיי, די לעיבאר פארטיי, צוליב די לעצטיגע אנטיסעמיטיזם פון דעם פארטיי פרער דזשערמי קארבין. דאס איז א פרישע אנטוויקלונג פון די אנטיסעמטיש-געפלאגטער לעיבאר פארטיי אין ענגלאנד, וואס איז די גרעסטע אפאזיציע פארטיי.
דער זעקס און זיבעציג יעריגער פיעלד דינט שוין אלס לעגיסלאטור זינט יארע 1979 פאר די לעיבאר פארטיי, אבער אצינד האט ער קלארגעשטעלט אז ער וועט ווערן זעלבסטשטענדיג, נאכדעם וואס די לעיבאר איז געווארן אנטיסעמיטיש, און איז א סימבאל פון אומטאלעראנץ, שלעכטיגקייט, באשולדיגונגען, און פול מיט סטראשונקעס.
“ענגלאנד האט געקעמפט ביים צווייטן וועלט קריג צו פארמעקן די דאזיגע שלעכטע ראסיסטישע און אנטיסעמיטישע שטעלונגען פון אונזער פאליטיק, אבער יענע שווערע מיה און אויסטערלישע סוקסעס געפינט זיך אצינד אונטער אן אינערליכער מעכטיגער און ברייטפארצויגענער אטאקע” האט ער געשריבן אין א בריוו צום פאראנטווארטליכער וואס מאכט זיכער אז יעדער שטימט מיט זיין פארטיי.
“די רעגירונג טוט נישט גענוג צו באהאנדלען די פארניכטונג פון די גרינדונג פון אונזערע ווירדן” שרייבט ער ווייטער. “עס מאכט מיר טרויעריג און אומעטיג דאס צו זאגן, אבער דער לעיבאר זעט מער און מער אויס ווי א ראסיסטישע פארטיי”.
דאס קומט בלויז צוויי טעג נאכדעם וואס דער געוועזענער הויפט רב פון ענגלאנד האט באשולדיגט דזשערמי קארבין – דער יעצטיגער לעיבאר פארטיי פירער – אלס איינער וואס איז א גרויסער אנטיסעמיט, און ער האט גערעדט די מיאוס’טע וואס סיי וועלכער בריטישער פאליטיקאנט האט געזאגט קעגן די אידן, אין די לעצטע יאר הונדערט.
דזשערמי קארבין האט זיך שוין זינט זיין געווינס אין יאר 2015 אלס דער פארטיי פירער, געטראפן אין א פאזיציע ווי ער איז נאכאנאנד באשולדיגט געווארן אלס איינער וואס לאזט אנטיסעמיטיזם בליהען אונטערן שירעם פון זיין פארטיי, און שטיצט אזעלכע טעראר ארגאניזאציעס ווי כאמאס און כיזבאללא.