שטייענדיג ערב שבת איידער כלל ישראל בני אשכנז וועלן אנהייבן צו אויפשטיין פארטאג’ס און זאגן סליחות, זיך צוגרייטנדיג מיט שרעק צום יום הדין וואס קומט שוין אט אט, לאמיר אביסל זעהן איבער די גרויסקייט פון די שבת אין וואס מיר שטייען אצינד, וואס זאגן די ספרים אויף דעם שבת, און ווי שטארק מ’דארף אויסניצן יעדע מינוט.
צוריק שפרינגען פאר גרויס פחד!
זאגט אונז דער הייליגער אור המאיר (דרוש לראש השנה) וויאזוי א איד דארף ארויסזאגן פון מויל די ווארט “סליחות”, און זיין לשון איז: נישט ווי די פראסטע לייט וואס זאגן מיט א קאלטקייט ‘לאמיר אויפשטיין צו סליחות’, ווי גלייך זיי האבן נישט אויף וואס צו תשובה טוען און זיי זענען גרייט צום יום הדין, און זיי האבן נישט קיין שום פחד פון די באשעפער, נאר ווער ס’האט מורא פון השי”ת זאל צוריק שפרינגען פון גרויס שרעק הערנדיג די ווארט “סליחות”, און ער זעל זיך אליין פרעגן, צו בין איך גענוג ראוי אז דער אייבישטער זאל מיר מוחל זיין מיינע עבירות? אבער יעדער זאל האבן אמונה און בטחון אז דער באשעפער איז א גוטער, מ’דארף נאר תשובה טוען, און ער איז מוחל אלע זינד.
אנהייבן די סליחות מיט א קדושת שבת
פארוואס הייבט מען אהן צו זאגן סליחות מוצאי שבת? שרייבט דער תורת מהרי”ץ (פרשת כי תבא) ווייל גראד נאך שבת איז א מענטש געהייליגט פון קדושת שבת, און ער קען גרינגער אריינטראכטן מיט וואס זיך צו פארבעסערן זיינע מעשים, און דערפאר איז מוצאי שבת די פאסיגסטע צייט צו אנהייבן מיט תשובה שלימה צום יום הדין.
תשובה אין שבת קודש ווערט די מערסטע נתקבל
און אויב מיינט איר אז נאר מוצאי שבת קען מען אנהייבן מיט תשובה ותפילה, אבער שבת איז נישט קיין צייט צו דעם, דאן לאמיר צוזאמען לערנען א שטיקל דברי שמואל (חודש אלול) וואס שרייבט אזוי: חז”ל זאגן אז יעדע זאך גייט נאך די ענדע, הכל הולך אחר החיתום, און דאס מיינט תשובה, ווייל אפילו ווען א מענטש זינדיגט ח”ו זיין גאנץ לעבן, אויב טוט ער אמת’דיג תשובה איידער ער שטארבט, וועט ער צום סוף זיין ריין און הייליג, און ער וועט תיכף באקומען גן עדן.
די זעלבע איז אויך אויב א מענטש פארזינדיגט זיך א גאנץ לעבן, אויב טוט ער תשובה סוף יאר וועט מען אים אפשרייבן א זיס לעכטיג יאר. און זיכער אויב די תשובה איז ביים לעצטן שבת פון יאר, וועט די קדושת שבת אים העלפן נאך אסאך מער צו אויסוואשן זיין נשמה.
אלע שבתות פון יאר ווערן אויסגעגליכן
און נאכמער, אין דעם שבת קען יעדע איד פאררעכטן וואס ער האט געטון נישט גוט במשך די אלע שבתים פון א גאנץ יאר, אזויווי עס שטייט אין ישמח ישראל (נצבים וילך) אז לויט ווי מען פירט זיך אויף אין די לעצטע שבת פון יאר, אזוי וועלן גערעכנט ווערן די אלע סיז אהער, און אויב איז מען ח”ו נכשל געווארן שבת מיט אן עבירה, וועט די תשובה און תיקון המעשים פון שבת סליחות, אינגאנצן אויסמעקן די נישט-גוטע שבתים פון דעם מענטש!
די חשבונות דארפן געטון ווערן
יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז א ביזנעס דארף יעדע סוף פון די יאר מאכן א שטיקל חשבון הנפש, אויסרעכענען די ביכער צו איז געווען מער הוצאות אדער מער הכנסות, וועלכע ארבייטער האט פלייסיג געארבעט און מ’דארף אים העכערן די געהאלט, און ווער האט ארום געפוילעצט און ס’קומט אים ווייניגער, און אזוי ווייטער.
נישט אנדערש איז ברוחניות – זאגט אונז דער שפת אמת (נצבים)- ווען עס איז שוין געקומען שבת סליחות, איז די העכסטע צייט זיך אויפצווועקן און טראכטן, וואס האב איך פארדינט די יאר, און וואס האב איך שאדן געהאט דורכאויס מיינע לעצטע חדשים, און בפרט שבת אליין זאל מען אריינקלערן, פארוואס איז משיח נאך נישט געקומען?! חז”ל זאגן אונז דאך אז אויב כלל ישראל דינט צוויי שבתים ווי עס דארף צו זיין וועט מען תיכף אויסגעלייזט ווערן? בין איך נישט שולדיג אין דעם אז משיח איז נאכנישט געקומען? און מיט די מחשבות זאל מען זיך מעורר זיין צו תשובה שלימה, טאקע אין “שבת סליחות”.
דערפאר טייערע אידישע ברודער, אצינד ווען עס איז שוין די געהויבענע שבת, לאמיר אלע נתעורר ווערן, מיט אן ערנסטקייט אריינטראכטן איבער די עבר, געדענקען אז מיר קענען רואיג עפענען א נייעם בלאט, און דער רחמנות’דיגער באשעפער וועט אונז נישט נאר מוחל זיין, נאר אויך אנשרייבן פאר גאנץ כלל ישראל דעם יאר ה’ אלפים תשע”ט לפ”ק, אלץ א שנה טובה ומתוקה, א זיס לעכטיג יאר מיט אלעם גוטן, אפגעהיטן פון אלעם בייזן, און אי”ה וועט דער יאר אריינגיין אין היסטאריע אלס דער שנת גאולה וישועה, במהרה בימינו אמן.