“אויב וועט מען נישט זען קיין פארבעסערונג אין די ווירטשאפט פון דער וועלט האנדל ארגאניזאציע” האט פרעזידענט טראמפ געווארנט אין אן אינטערוויו צו בלומבערג נעכטן, “וועט זיך די פאראיינגטע שטאטן ארויסציען פון דארט”.
ווי טראמפ באשולדיגט, איז די שטעלונג פון דער וועלט האנדל ארגאניזאציע זייער נישט שיין און פאסיג, ווען עס קומט צו די פאראייניגטע שטאטן.
דערמיט זעצט פרעזידענט טראמפ פאר מיט זיין “אמעריקע ערשט” אגענדע, אז אן ארט וואו אמעריקע ווערט צוטרויטן אדער אויסגענוצט, איז נישט קיין ארט פאר איר, און מען דארף זיך פון דארט ארויסציען.
לויט א באריגט זענען נישט אלע באאמטע אינעם טראמפ אדמיניסטראציע אזוי צופרידן מיט די דראאונגען פון פרעזידענט טראמפ, נאכדעם וואס דער אמעריקאנער האנדלס סעקרעטאר ווילבאר ראס האט געזאגט פארגאנגענעם יולי, אז עס איז נאך צו פריה צו רעדן איבער אזא סארט שריט.
אין פאקט, אויב וועט זיך אמעריקע ארויסציען פון די וועלטס האנדל ארגאניזאציע, זאגן עקספערטן אז דאס קען מיינען אן עקאנאמישער ערדציטערניש, פילפאכיג מאכטפולער ווי דער האנדל קריג מיט כינע וואס האלט זיך אינמיטן אנטוויקלען.
דאס וועט צושטערן און אומווארפן די פעסטע עקאנאמישע גרונטן און פונדאמענטן וואס די ארגאניזאציע האט אויפגעשטעלט מיט איר גרינדונג נאכן צווייטן וועלט קריג, מיט די דירעקטע הילף פון די פאראייניגטע שטאטן.