עס איז געווען א איד וועמענס זון איז ל”ע פלוצלים בלינד געווארן אויף ביידע אויגן.
מיט גרויס צווייפל האט דער איד גענומען ארומלויפן מיט זיין זון פון איין דאקטאר צום אנדערן, פרובירנדיג צו טרעפן די ריכטיגע היילונג פאר דעם קינד’ס פלוצלימ’דיגע מחלה אויף די אויגן.
די דאקטורים האבן אים טאקע אונטערזוכט, אבער יעדער האט באשלאסן דאס זעלבע: עס איז נישטא וואס צו טון!
א טרויער האט פארוואלקנט דעם איד’ס שטוב. דאס קינד וואס האט ביז דאן געהאט צוויי לעכטיגע בא’חנ’טע אויגן, איז אצינד ארומגעגאנגען קוקנדיג און טאפנדיג אין אַן איינזאמען פינסטערן וועלט, און דער טאטע האט מיט אומגעהויערער ווייטאג אויסגעהערט ווי די דאקטורים פאר’חתמ’נען איינער נאכ’ן אנדערן דעם גורל פון זיין קינד אז די מחלה האט נישט קיין רפואה, דאס קינד וועט מער נישט זען!
אין בעלזא איז נישט לאנג צוריק נסתלק געווארן דער גרויסער רבן ומאורן של ישראל דער הייליגער שר-שלום זצוק”ל, און זיין פלאץ איז פארטרעטן געווארן דורך זיין הייליגן זון הרה”ק רבי יושע זצוק”ל, דער מיטעלער בעלזער רב.
ביז דאן האבן זיך טויזענטע אידן געצויגן קיין בעלזא צום שר-שלום, אידן זענען געקומען פון ווייט און ברייט צו נעמען א ברכה ביים רבי’ן דער ערשטער בעלזער רב; יעצט ווען דער רבי ר’ יושע האט איבערגענומען זיין פאטער’ס ארט איז ער נאכנישט געווען אזוי באקאנט, אבער ווען דער איד האט געהערט אז הרה”ק רבי יושע איז געווארן רב אין בעלזא האט עס אריינגעבלאזן האפענונג אין אים, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפ’ן וועג צום רבי’ן.
ווי דער בעלזער רב האט אויסגעהערט דעם איד’ס בקשה האט ער זיך עניוות’דיג פארענטפערט, זאגנדיג: פארוואס זענט איר געקומען צו מיר? מיט וואס קען איך אייך דען העלפן? אזוי האט זיך דער רבי כסדר מתנצל געווען מיט גרויס שפלות.
זעענדיג אז עס וועט אים נישט העלפן דאס דערקוטשען דעם רבי’ן, האט דער איד זיך אנגערופן צום רבי’ן: איך וויל דערציילן פאר’ן רבי’ן א מעשה וואס איך האב אליין בייגעוואוינט, און נאכדעם וועט מיר דער רבי שוין נישט אפשטופן, און ער האט דערציילט:
“עס איז געווען מיט אסאך יארן פריער, ווען איך בין געווען גאר א יונג קינד, און מיין טאטע האט מיר דאן געברענגט צום רבי’נס פאטער, דער שר-שלום ער זאל מיך פארהערן. דער רבי האט מיר טאקע פארהערט, און איך האב זיך גוט אויסגעצייכנט.
“בשעת מעשה איז דארט געשטאנען די רביצין מלכה ע”ה, וועמען איר הייליגער מאן דער שר-שלום האט זייער מחשיב געווען.
ער האט זיך תמיד גערעכנט מיט איר מיינונג, [אמאל ביי א געלעגנהייט האט דער שר-שלום זיך אויסגעדריקט אויף איר מיט’ן פסוק: ומלכי צדק מלך שלם, טייטשנדיג ‘אז מלכה איז א צדיקת, איז שלום א קעניג’] ווען זי האט געזען ווי דער רבי פארהערט מיך און איך ענטפער מיט אזא קלארקייט, האט זי זיך שטארק צוקרעכצט.
“דער שר-שלום האט דאן אויפגעהויבן זיינע הייליגע אויגן און געפרעגט דעם רביצין: אויף וואס קרעכצסטו? האט די רביצין ערקלערט אז זי וואונטשט זיך הלוואי זי זאל נאך זוכה זיין צו האבן אזא זון ווי אים, פונעם רבי’ן דער שר-שלום!
אין יענעם מאמענט האט דער צדיק זיך שטארק צעקאכט און ער האט אויסגערופן צו די רביצין זאגנדיג: זאלסט זיך גארנישט זארגן, איך זאג דיר צו אז דו וועסט האבן א קינד וואס וועט נאך פארלייכטן די גאנצע וועלט! דערנאך איז געבוירן געווארן זייער לעצטער זון… און דאס איז דער רבי!
דער איד האט זיך דאן געוואנדן צום רבי’ן און גע’טענה’ט: איך געדענק גוט דעם גאנצן סיפור, און אצינד אז איך זעה אז די הבטחה איז פולקאם מקויים געווארן, פארלאנג איך פונעם רבי’ן א ברכה אז מיין זון זאל צוריק אנהויבן זען.
דער רבי ר’ יושע האט אויסגעהערט דעם איד’ס גאנצע סיפור, און הערשט ווען ער האט פארענדיגט האט זיך דער רבי אנגערופן צו אים: אויב אזוי, וועל איך דיר טאקע העלפן – אבער זעה נישט צו דערציילן פאר קיינעם דערוועגן. דאן האט דער רבי גענומען זיין פאטשיילע און דערמיט אפגעווישט דעם קינד’ס אויגן. א גרויסע נס האט דאן פאסירט און דאס קינד האט ווייטער אנגעהויבן זען אויף ביידע אויגן ווי פריער.
דער איד האט טאקע פרובירט צו פאלגן דעם רבי’נס בקשה און נישט דערציילן קיינעם דערוועגן, אבער זעענדיג אז ער איז אריין צום רבי’ן מיט א בלינדן קינד און ארויס מיט א זעוועדיגן קינד און ס’איז אלס דער זעלבער קינד, האבן מענטשן באלד פארשטאנען ווער ס’האט עס אנגעארבעט, און דער נאמען פונעם רבי’ן הרה”ק רבי יהושע מבעלזא זצוק”ל איז נתפרסם געווארן אלס גרויסער בעל-מופת און פועל ישועות בקרב הארץ.