היינט נאכט האט פרעזידענט דאנאלד טראמפ ווידעראמאל אטאקירט דעם אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט און דער עף. בי. איי. אגענטור, ביי זיין רעדע אין א ראלי וועלכע איז פארגעקומען אין אינדיאנע.
“אונזער יוסטיץ דעפארטמענט און די עף. בי. איי. מוזן אנהייבן צו טון זייער ארבעט, דאס טון ריכטיג, און טאקע שוין יעצט – ווייל מענטשן זענען זייער אויפגעברויזט” זאגט דער פרעזידענט.
ער האט אויך צוגעלייגט אז ער וועט נעמען שריט אין פאל זיי פאלגן אים נישט. “אויב וועלן זיי נישט אנהייבן צו טון זייער ארבעט ווי עס דארף צו זיין, וועל איך זיך אריינמישן”.
דאס קומט אינעם זעלבן טאג וואס דער פרעזידענט האט געזאגט אין אן אינטערוויו אויף בלומבערג אז די אויספארשונגען ארום די רוסישע אינטערווענץ אין די אמעריקאנע וואלן, אונטער דעם ספעציעלער קאנסול ראבערט מוללער, איז אין זיינע אויגן אן אומלעגאלער שפיל.
“די יוסטיץ דעפארטמענט און די עף. בי. איי. איז איינזייטיג קעגן די רעפובליקאנער, און דאס טוט זייער שטארק אויפברויזן דאס פאלק” זאגט דער פרעזידענט. “אין יעדע איינע פון די אפיסעס זענען דא געוואלדיגע מענטשן – אבער איך רעקאמאנדיר אז זיי זאלן זאפארט אנהייבן צו טון זייער ארבעט”.
דאן האט ער געסטראשעט אז “איך האב געוואלט בלייבן אינדערויסן פון דאס בילד, אבער אין א געוויסער פונקט, אויב וועט מען זיך נישט נעמען אין די הענט אריין און אנהייבן צו טון וואס מען האט צו טון, וועל איך מיר אריינמישן און אריינלייגן דערין, ווייל איך מוז”.