א דרום קארעא בירגער איז אנטלאפן צו די דיקטאטורישע צפון קארעא רעזשים, נאכגייענדיג די פיסטריט פון זיינע עלטערן וואס האבן געטוען די זעלבע שריט אין די 80’ער יארן פון די פריערדיגע יארהונדערט – לויט א באריכט פון די אפיציעלע רעגירונג קאנטראלירטע מידיע אין פיאנגיענג.
אין די צייט וואס איבער 30,000 מענטשן זענען שוין אנטלאפן פון די צפון קארעא רעזשים צו די פרייע דרום אין די לעצטע צענדליגע יארן צוליב די הונגער און נויט, איז זייער זעלטן צו הערן אז א פרייער מאן זאל לויפן צו די איזאלירטע צפון.
טשאו-אין-דזשאק האט די וואך געלאנדעט אין פיאנגיענג וואו די באאמטע האבן אים אויפגענומען גאר ווארים. טשאו איז א זון פון דעם געוועזענעם דרום קארעא אויסערן מיניסטאר וואס איז געשטארבן אין 1989, דריי יאר נאכדעם וואס ער איז אנטלאפן קיין צפון קארעא.
אנקומענדיג אהין האט ער געזאגט אז ער איז געקומען וואוינען אין צפון זאגנדיג אז ער האט נישט גענוג לויב ווערטער צו באדאנקען זיין נייע גאסטגעבער, און האט צוגעלייגט אז ער איז דא צו “אויספירן די שאיפות פון זיינע עלטערן צו מאכן שלום צווישן די צוויי לענדער”.
ס’איז דערווייל נישט קלאר ווי אזוי טשאו איז אריבער דעם גרעניץ, און וואס זיינע ריכטיגע מאטיוון זענען. אין די דרום קארעא מידיע שפעקולירט מען אז ער איז געפלויגן פון דארט צו בעידזשינג. לויט אלע שאצונגען האט צפון קארעא אויפגענומען טשאו פאר פראפעגאנדע צוועקן, צו צייגן פאר זייערע בירגער ווי גלייך מענטשן אנטלויפן פון דרום קארעא און קומען קיין צפון, וואו ס’איז כלומרשט דא א בעסער לעבן…
ווי די דרום קארעא רעגירונג זאגט האבן זיי נישט געוויסט פון פאראויס דערפון, און צוגעלייגט אז “מיר שעצן יעדעם’ס ווילן און מיר שענקען די פולסטע פרייהייט פאר אונזערע בירגער, מיר קוקן זיי נישט נאך אויף טריט און שריט צו זען וואו זיי גייען”.