סעאל — נעכטן זענען פארגעקומען די ערווארטעטע זעלטענע געשפרעכן צווישן צפון קארעא און דרום קארעא, ווען א גרופע דיפלאמאטן און רעגירונג באאמטע פון צפון קארעא האבן אריבערגעקרייזט די גרעניץ ליניע אריין קיין דרום קארעא, און האבן זיך געטראפן צום ערשטן מאל אין צוויי יאר פאר געשפרעכן.
ביים צוזאמטרעף, איז באשלאסן געווארן צום ערשטן אז צפון קארעא וועט ערלויבט ווערן צו שיקן זייערע שפילער צו די אלימפיקס, וועלכע גייען זיך אנהייבן אין געציילטע וואכן ארום אין דרום קארעא, און אויך האבן די צוויי לענדער מסכים געווען אז זיי וועלן אין דער נאענטער צוקונפט אפהאלטן נאך א רונדע געשפרעכן, צו דיסקוסירן וויאזוי מען קען בארואיגן די מיליטערישע אנגעצויגנקייט צווישן זיך. די אמעריקאנער רעגירונג האט אויסגעלויבט די געשפרעכן.