אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

היסטארישער זייגער פון פראג וועט ווערן אראפגענומען פאר רענאוואציעס

די היסטארישע שטאט פראג איז א פלאץ וואו אסאך טוריסטן קומען באזוכן די אלטע סטרוקטורן און געביידעס. איינע פון די פאפולערע פלעצער ווי טוריסטן קומען אפט איז די צענטראלע זייגער וואס געפונט זיך אויף די טשעכישע קאפיטאל געביידע.

די זייגער וואס געפונט זיך אויף דעם געביידע, איז ארויפגעלייגט געווארן אין יאר 1410 אין די צייטן פון די צווייטע וועלט מלחמה, און זייט דעמאלסט האט מען עס כמעט גארנישט פארראכטן אדער פארבעסערט, און ווי פארשטענדליך איז דאס שטארק געשעדיגט געווארן אין די צווייטע וועלט מלחמה.

די שטאטישע אויטאריטעטן האבן איינגעזען אז עס איז שוין העכסט צייט אז דער היסטארישער זייגער זאל אריבערגיין רענעוואציעס, און דעם מאנטאג האט די זייגער אויפגעהערט צו ארבעטן ארום 9:00 אזייגער, ווען מען האט דאס אראפגענומען כדי מען זאל עס קענען פאררעכטן. “עס איז א זאך וואס וועט ווערן געשעצט און ארויפגעקוקט פאר די קומענדיגע דורות” האט זיך דזשאן וואלף א קאונסילמאן אויסגעדרוקט.

די זייגער האט אויף זיך פארשידנארטיגע אויסצוגן פון ווערטער מיט שטארקע מעסעדזשעס. איינס ליינט זיך אז ווען די טשעכישע באפעלקערונג וועט אריבערגיין א צייט פון פחד, אין די מינוט וואס די זייגער וועט אויפהערן צו ארבעטן.

אין 2002 האט די זייגער אויפגעהערט צו ארבעטן נאכדעם וואס א פארפלייצונג האט באטראפן די שטאט. אין 2011 האט האט מען ארויסגענומען די זייגער פון באניץ אין רעזולטאַט וואס מען האט דאס געדארפט פאררעכטן. אין נאכאמאל שפעטער יענעם יאר ווען דער פרעזידענט פונעם לאנד איז געשטארבן.

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.