אין די לעצטערע יארן איז דער ריעל עסטעיט ביליאנער “קען גריפין” באקאנט געווארן אין די וועלט פון ריעל עסטעיט צוליב זיך איינהאנדלען גאר טייערע הייזער, אין אסאך פעלער די טייערסטע הייזער פון יענע שטעט.
ער האט מיט עטליכע יאר צוריק געקויפט די טייערסטע הויז וואס איז נאר אמאל פארקויפט געווארן אין מאנהעטן, ער האט געקויפט די טייערסטע הויז אין מיאמי, און ער בויעט זיך לויט מאנכע די טייערסטע הויז אין פאלם ביעטש פלארידע.
יעצט האט גריפין געזעצט א פרישן רעקארד מיטן צאלן דעם גרעסטן פרייז אין היסטאריע, פאר א הויז אין שיקאגוי.
לויט ווי עס באריכטן לאקאלע מידיא קוועלער, האט גריפין געקויפט די 4 העכסטע שטאקן פון א נייע קאנדוי טאוער אין די גאלד קאוסט, פאר די פרייז פון 58.8 מיליאן דאלער, און ער קויפט דאס רוי און בעפארן ווערן געבויעט, מיטן פלאן אליינס צו בויען א הויז, און אריינגיסן דארט פרישע מיליאנען דאלער דאס צו אהערשטעלן מיטן גאנצן פראכט.
די פלאץ וואס ער האט געקויפט זענען 25,000 סקווער פיס.
די פריערדיגע העכסטע פרייז וואס איז געצאלט געווארן פאר א הויז אין שיקאגוי איז געווען 18.75 מיליאן דאלער, געצאלט דורך דער אייגנטומער פון די א געוויסע אונטערהאלטונג פירמע.
גריפין האט באצאלט 250 מיליאן פאר זיין קאלעקציע פון אפארטמענטס אין די נייע 220 סענטראל פארק, דרום קאנדא טאוער אין מאנהעטן, וואס איז נאכאלץ אונטער קאנסטרוקציע, און געצאלט איבער 200 מיליאן פאר די שטח פון א הויז וואס ער בויעט אין פאלם ביעטש. ער האט אויך געשפענדט 60 מיליאן דאלער פאר די טייערסטע הויז אין מיאמי, מיט א הויז אויפן דאך פון די פעאנע הויז, א בעסערער געביידע אין פלארידע, מיט רעסטוראנטן און אונטערהאלטונג.
עס קען זיך הערן ווי אסאך געלט, אבער גריפין דער אייגנטומער פון “קיטאדע”ל” איז אין יאר 2016 געווען דער מערסט געצאלטער העדזש פאנד מענעדזשער אין די וועלט, מאכנדיג די סומע פון 1.7 ביליאן דאלער!