די לעצטע שריט פון דער טראמפ אדמיניסטראציע און דער פאקט אז אמעריקע שניידט הילף פאר די פאלעסטינער אויטאריטעטן, האט געברענגט גרויס אויפברויז און אנטוישונג אין דער פאלעסטינער גאס, און עס האט געברענגט דערצו אז די צענטראלע קאמיטע פון דער פאטאח פראקציע, אויך באקאנט אלס פי-על-או (פאלעסטינער באפרייאונגס פראנט), האט אנגענומען א רעזאלוציע מיט א שטארקער מערהייט צו איינפרירן צייטווייליג דעם באשלוס פון אנערקענען מדינת ישראל, דערקלערנדיג אז זיי וועלן נישט איינשטימען צו קיין פרישע פארהאנדלונגען מיט מדינת ישראל ביז זיי קומען נישט נאך זייערע באדינגונגען.
זייערע תנאים נעמען אריין דאס אויפהערן בויען אין די זילונגען, אנערקענען א פאלעסטינער לאנד, און צוריקדרייען די אנעקסירונג פון מזרח ירושלים. אזוי אויך האט די קאמיטע דערקלערט, אז אלע ביז-יעצטיגע פארשטענדענישן, צו וועלכע די פאלעסטינער זענען געקומען מיט מדינת ישראל, זענען גענצליך אנולירט, און דאס באדייט אז די פאלעסטינער אויטאריטעט קען אויפהערן צו קאאפערירן מיט די מדינת ישראל זיכערהייטס קרעפטן אינעם קאמף קעגן טעראר.
די באשלוסן זענען נישט בינדנד, אבער עס קומט א טאג נאך דער גאר שארפער רעדע פונעם פרעזידענט מוכאמאד אבאס אין וועלכע ער האט דערקלערט אז “אסלא” איז א פארגאנגנהייט, און אז די פאלעסטינער אויטאריטעט וועט מעגליך אפהאקן די קאאפעראציע מיט מדינת ישראל איבער ציווילע אנלעגנהייטן ווי זיכערהייט און שטייערן, דאס קען ברענגען צו א פרישע רונדע פון געוואלדטאטן ה״י.