אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

ניגעריע באפרייט 244 בוקו-חאראם טעראריסטן

דאס ניגעריער מיליטער האט געזאגט אז זיי האבן ארויסגעלאזט פון געפענגעניש 244 געפאנגענע טעראריסטן פון דער ברוטאל בוקו-חאראם טעראר גרופע, ווייל זיי זענען אריבער א פראגראם וועלכע האט זיי ״אויסגעהיילט״ פון זייער עקסטרעמיזם און זיי זענען אצינד דע-ראדיקאליזירט. די שריט האט אבער אויסגערופן קריטיק אין ניגעריע צווישן אזעלכע וואס זענען סקעפטיש אויב אזעלכע ברוטאלע מערדער זענען אומשטאנד זיך צו געהעריג איינגלידערן אין דער נארמאלער געזעלשאפט. די באקא-חאראם גרופע איז פאראטווארטליך פאר’ן טויט פון איבער 20,000 ציווילע אין ניגעריע, און זי האלט אין געפענגעניש נאך הונדערטער, אריינגערעכנט ארום 100 מיידלעך וואס זענען נאך פארבליבן אין געפענגעניש פון ווען בוקו-חאראם האט געפאנגען א גאנצע שולע מיט 276 מיידלעך, אין אן אינצידענט וואס האט אויפגעשוידערט די וועלט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.