טשיקאווע נייעס

10 יאר טורמע פאר אייגענעם בלוט בלבול…

וואשינגטאן – א מאן וועלכער האט פאלש באהויפטעט אויפ’ן אינטערנעט אז ער האט אריינגעגאסן זיין בלוט אין עסנווארג פון א געוויסע עסן פאבריצירונג פירמע, האט זיך פארגאנגענעם פרייטאג דערקלערט שולדיג אויף פעדעראלע קלאגעס, און עס דראעט אים צען יאר טורמע.

די געשיכטע האט פאסירט פארלאפענעם אקטאבער, ווען דער מאן איז אויפגעזאגט געווארן פון דער פירמע. ער האט דאן פארשפרייט א קלאנג אויפ’ן אינטערנעט, אז ער איז קראנק מיט העפיטייטעס (א בלוט קראנקהייט), און אז ער האט אריינגעגאסן זיין בלוט אין עסנווארג פון דער עסן פאבריצירונג פירמע פון וואו מען האט אים אפגעזאגט אלס נקמה אויס. ער האט שפעטער מודה געווען פאר די עף-די-עי אויספארשער אז ער האט געזאגט ליגנט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.