אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פענסיאנירטער סי-איי-עי אגענט אנגעקלאגט מיט שפיאנאזש

דעם מאנטאג איז פארהאלטן און ארעסטירט געווארן אין קענעדי לופטפעלד א געוועזענער סי-איי-עי אגענט, דזשערי סאנג שינג-לי, איבער קלאגעס פון האלטן געהיימע אינפארמאציע קעגן געזעץ, און דינסטאג איז ער געווארן אנגעקלאגט אין א געריכט אין ברוקלין. דער אגענט האט געדינט אין די סי-איי-עי צווישן 94′ און 07′, און ווערט פארדעכטיגט אין אנטייל נעמען אין קאנטער שפיאנאזש אקציע פון דער כינעזער שפיאנאזש דינסט, אין וועלכע 20 אמעריקאנער שפיאנען זענען ארעסטירט אדער אומגעברענגט געווארן צווישן 10′ און 12′. די סי-איי-עי האט דאן געעפנט א אויספארשונג איבער א מעגליכן אינערליכן אינפארמאנט אין די סי-איי-עי און דער פארדאכט איז געפאלן אויף שינג-לי.

עף-בי-איי אגענטן, וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט, האבן געפונען אין זיין באזיץ דאקומענטן מיט געהיימע אינפארמאציע, און ליסטעס פון נעמען פון שפיאנען, אבער ווי עס שיינט וועט ער נישט אנגעקלאגט ווערן אין שפיאנאזש אדער פארראט, אויף וואס ער קען באקומען טויט שטראף, נאר אויפ’ן האלטן געהיימע דאקומענטן אומאויטאריזירט, דאס קומט צוליב דעם וואס די סי-איי-עי וויל נישט אויפדעקן אין געריכט דעטאלן איבער דער אנגייענדיגער אויספארשונג.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.