אין זיין לעצטן טאג אין אמט האט דער ארויסגייענדיגער ניו דזשערזי גאווערנאר, קריס קריסטי, באוויזן איבערצולאזן א צייכן אויף דעם שנעל אנטוויקלנדן פעלד פון דראון טעכנאלאגיע, וועלכע איז נאך פארהעלטנסמעסיג אומרעגולירט, ווען ער האט אונטערגעשריבן א געזעץ וואס טוט פארבאטן צו קאנטראלירן פילאטלאזע דראונס, ווען מ’איז אונטער דעם איינפלוס פון אלקאהאל.
די צאל ערלויבטע אלקאהאל איז 0.8 אין די בלוט, די זעלבע מאס ווי דאס וואס איז ערלויבט ביים דרייוון, דאס איז בלויז איינע פון 109 געזעצן וואס ער האט אונטערגעשריבן אין זיין לעצטן טאג. דער ביישפיל פון ניו דזשערזי וועט ווארשיינליך ברענגען דערצו אז נאך שטאַטן וועלן לייגן דעם זעלבן פארבאט. די פעלד פון דראונס איז נאך פריש, און די רעגולאציעס זענען נישט קלאר, אבער די שטאַטן דארפן זיך ספראווען מיט א שנעל וואקסנדיגן מארקעט. דעם פארגאנגענעם יאר אליין זענען פארקויפט געווארן איבער 3 מיליאן דראונס אין אמעריקע.