וואשינגטאן – נעכטן זענען אונטערגענומען געווארן געשפרעכן דורך א גרופע סענאטארן פון ביידע פאליטישע פארטייען אין לאנד, מיט’ן ציל צו קומען צו א פארשטענדעניש און באשטעטיגן אן עמורדזשענסי בודזשעט ביל, צו ברענגען אן ענדע צום אנגייענדיגן שאטדאון פון דער פעדעראלער רעגירונג.
פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אינדערפרי געשריבן, אז ער וויל אז די רעפובליקאנער פירער פונעם סענאט זאלן אונטערנעמען די “נוקלעארע אפציע”, וואס באדייט א טויש אין די סענאט רעגולאציעס, אז מען זאל נישט דארפן האבן קיין דעמאקראטישע שטיצע פאר א בודזשעט ביל, אבער די סענאט פירער האבן עס אפגעווארפן.
עס איז דא א מעגליכקייט אז אויף יעצט מאנטאג אינדערפרי, וועט דער שאטדאון שוין זיין פאראיבער, וויבאלד די סענאטארן וואס האבן אנטיילגענומען ביי דער אומפארטייאישער זיצונג האבן נעכטן נאכמיטאג אויסגעדריקט גרויס אפטימיזם. עס בלייבט נאר איבער צו זען צי די אישו פון די “דאקא” אימיגראנטן וועט זיין טייל פונעם דיעל.
יעצט קומען אריין באריכטן אז די סענעטארן האבן זיך ענדליך פארשטאנען און דורכגעלאזט א ביל צו ענדיגן דעם שאטדאון, פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטן.