אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

שאקירנדע אויפדעקונג איבער אראפאט און מדינת ישראל

עזה. – א בוך וואס גייט פובליצירט ווערן אין די נאענטע טעג, געשריבן דורכ’ן איזראעלישן זשורנאליסט רונן בערגמאן, דעקט אויף שאקירנדע דעטאלן איבער די פלענער און פרואוון וואס די ציוניסטישע רעגירונג האט אונטערגענומען אין לויף פון די יארן, פטור צו ווערן פונעם פאלעסטינער פירער יאסיר אראפאט.

ביז היינט זענען פארבליבן פארדאכטן און קאנספיראציעס, אז מדינת ישראל האט פאר’סמ’ט אראפאט מיט פּאלאניום און ער איז דערפון געשטארבן, אבער אינעם בוך ברענגט בערגמאן נאך פון קראנטע קוועלער פון דעם מדינת ישראל מיליטער, איבער עטליכע ספעציפישע אפעראציעס וואס זיי האבן געהאט אונטערגענומען קעגן אראפאט.

בערגמאן דערציילט איבער א פלאן וואס די סאמע העכסטע ציוניסטישע מיליטערישע פיגורן האבן געוואלט דורכפירן, אראפצושיסן א קאמערציאלן פליגער פול מיט אומשולדיגע פאסאזשירן, נאכ’ן באקומען באריכטן אז ס’איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז אראפאט געפינט זיך אויפ’ן פליגער.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.