וואשינגטאן – היינט דינסטאג נאכט, וועט פרעזידענט טראמפ געבן זיין ערשטע “סטעיט אוו די יוניאן” רעדע, פארנט פון קאנגרעס און סענאט, און אלע הויכראנגיקע באאמטע פון דער פעדעראלער רעגירונג – און מ’דערווארט אז דער פרעזידענט זאל ארויסהייבן די סוקסעסן פון זיין פרעזידענטשאפט ביז אהער, און זיינע פלענער אויף ווייטער.
דאס ווייסע הויז האט שוין פאריגע וואך געזאגט, אז ביים סטעיט אוו די יוניאן וועט טראמפ ארויסשטעלן זיין פלאן פאר אימיגראציע רעפארם, און מ’גרייט זיך אז ער וועט אדרעסירן די קריטישע אישו פון “דאקא”. באזונדער וועט טראמפ ארויסשטעלן זיין פלאן פאר אינפראסטרוקטור, וואס ער וויל אונטערנעמען צו פאררעכטן די שאסייען, בריקן און טונעלן איבער’ן לאנד.
ווייסע הויז באאמטע האבן נעכטן געזאגט, אז אין לויף פון זיין רעדע וועט טראמפ ארויסברענגען זיין וויליגקייט צו ארבעטן אינאיינעם מיט די דעמאקראטן אויף וויכטיגע אישוס, און ער וועט ארויסהייבן די וויכטיגקייט פון דעם אז ביידע פארטייען זאלן זיך צוזאמקומען און ארבעטן אינאיינעם, אפצושטעלן די עפאכע פון בייסיגע פאליטיק אין וואשינגטאן.
ווי ס’איז די טראדיציע, וועלן די דעמאקראטן געבן אן אפיציעלע אנטווארט-רעדע נאך טראמפ’ס סטעיט אוו די יוניאן, און היי יאר וועט די רעדע געגעבן ווערן דורכ’ן דעמאקראטישן מאסעטשוסעטס קאנגרעסמאן דזשאו קענעדי. די ליבעראלן וועלן געבן באזונדערע אנטווארט-רעדעס, אין שפיץ פון ווערמאנט סענאטאר און געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט בערני סענדערס.