בילדער פון די שוידערליכן סצענע שפרינגען נאך פאר די אויגן, א רואיגע רייזע איז פארוואנדלט געווארן אין א בלוט-באד, בלוט וואס פלעגט פליסן אין א גאלדענעם הארץ, איז אצינד פארגאסן איבער די זיצן פון א צעקוועטשטן אויטאבאס וועלכע האט גענומען 6 קרבנות ציבור אויף זייער לעצטע רייזע.
פארט א בחור אויפן באס, ער מאכט זיין וועג אויפצושטעלן א אידישן שטוב, ווען זיין לעבן ווערט נעבעך פארשניטן אויף אזא גרויזאמען אופן, זיצנדיג מיט אן אפענעם ספר אין די האנט, דאס הארץ רייסט, דער געוויין שפאלט הימלען, אוי, טאטע! וויאזוי וועלן מיר דאס איבערטראגן?
דאס הארץ איז פארשטיינערט, די געפילן זענען פארטעמפט, און דער מח שטעלט א ווידערשטאנד נישט ווילנדיג אקצעפטירן דעם ביטערן מציאות אז יעקב מאיר איז מער נישט מיט אונז.
וויאזוי זאלן מיר נישט וויינען?
די ווארעמע גוט ווארט און פריינטליכע חיזוק איז פון אונז אוועקגעריסן געווארן,
דער ליבליכער שמייכל אויפן שיינעדיגן געזיכט, קען נישט ערזעצט ווערן, דער טרויער שפירט זיך טיף.
פאר מיר איז יעקב מאיר ע”ה געווען מער ווי סתם א נאנטער חבר, ער איז געווען פאר מיר א מוסטער פון א בחור וועלכע איז מיט א שמ
הבה”ח יעקב מאיר ע”ה בן ישראל אהרן.
ייכל בייגעקומען אלע שוועריגקייטן וואס דאס לעבן שטעלט אונטער, און איך בין זיכער אז יעדער וואס האט אים געקענט האט געשפירט די זעלבע.
אלעמאל איז ער ארומגעגאנגען מיט א שמייכל, מיט א שמחת החיים אויפן געזיכט, קיינמאל האט מען אים נישט געהערט זיך אפרעדן, און ער האט אייביג געהאט א גוט ווארט צו זאגן, און איז אלעמאל געווען גרייט ארויסצוהעלפן א צווייטן.
קיין מינוט איז נישט געגאנגען ביי אים ליידיג, ער האט אויסגענוצט יעדע מינוט פון זיין קורצן לעבן, און דאך, האט ער אלעמאל געטראפן צייט זיך אראפצוזעצן אויסצוהערן א צעבראכן הארץ, און אים מחזק זיין.
יעקב מאיר איז געווען א נשמה פון א העכערן סארט, דורכגעווייקט מיט אמונה, בטחון און שמחה, אויף א זעלטענע פארנעם, זיין גאנץ לעבן האט ער בלויז געשטרעבט צו ווערן נענטער צום רבונו של עולם, און אים צו דינען מיטן גאנצן הארץ.
די געוואלדיגע יראת שמים וואס ער האט פארמאגט איז נישט מעגליך צו באשרייבן, ער איז געווען א שטיק אמונה, און נאר גערעדט פונ’ם אייבערשטן, זיין תמימות און ערליכקייט פלעגט אלעמען באצויבערן.
זייענדיג א אינגער בחור א
קאריקאטור דורך מעהלער אבישי חן איבער די טראגישע עקסידענט.
אויפן בילד זעט מען אן “אגד באס” וועלכע טראגט מציבות אנשטאט זיצן.
יז ער מקורב געווארן צום דרך פון ברסלב, און זינט דאן האט ער געווידמעט זיין גאנץ לעבן, מיט מסירות נפש, מקרב צו זיין פארבלאנדזשעטע נשמות, און מחזק צו זיין צובראכענע נפשות.
יעקב מאיר ע”ה איז ארומגעלאפן אין אלע עקן לאנד מקרב צו זיין פארלוירענע אידישע נשמה’לעך, ער איז אליינס ארומגעלאפן און געשאפט טויזטער דאלארן צו דרוקן ספרים וועלכע ער פלעגט שפעטער ארומגיין אויסטיילן, צוריקצוברענגען אידן צום טאטן אין הימל.
עס איז שווער צו גלייבן אז א בחור אליינס האט געקענט באווייזן מחזק צו זיין טוינטער אידן, און אז צענדליגע חוזרי בתשובה האבן אים צו פארדאנקען.
ער פלעגט פארברענגען שעות אויף שעות מיט תפילות און התבודדות, זיין עצה אויף אלעס איז געווען “אסך תפילה, אסאך תפילה”
ווער עס האט נאר אמאל געזען יעקב מאיר, האט אים געזען איבער א ספר, ער איז געווען א מתמיד עצום, יומם ולילה, און נישט גערועט קיין מינוט, ער האט געהאט שיעורים קבועים אין כל התורה כולה, און ער פלעגט מסיים זיין ששה סדרי משנה יעדן חודש, און פול מאל מער ווי איין מאל א חודש, ווען איינער פון זיינע חברים האבן אים געפרעגט אמאל אויב ער האט שוין מסיים געווען ששה סדרי משנה הונדערט און איין מאל האט ער בלויז געענטפערט: “אסאך מער”
די צייטונג העדליין איבער די עקסידענט
עס ליגט מיר מיר נאך גוט אין די ביינער דאס בילד פאר עטליכע וואכן צוריק ווען איך האב אים געטראפן זיצן אין ביהמ”ד, ער האט דאן געפאכעט מיטן גמרא צו מיר זאגנדיג: “נאר דאס בלייבט פון א מענטש, נאר דאס נעמט מען מיט”.
דאס איז אים געליגן אלעמאל פאר די אויגן, וויפיל תורה און מצוות מען כאפט אראפ, אזויפיל טראגט מען זיך מיט ווען עס קומט די צייט צו גיין.
די צייט איז געקומען, אזוי פריצייטיג.
עס איז שווער צו גלייבן אז אצינד דארף מען דיר באגלייטן צו דיין אייביגן רו, מיר האבן פארלוירן אן אוצר וואס איר ווערד איז אומשאצבאר, מיר בעטן דיר פארגעס נישט פון אונז