פון אלץ און אלעמען

א טרער אויף די קבר פון רני גרינוואלד

מען איז שוין ליידער געוואוינט צו לאזן כסדר פרישע טרערן אויף פרישע פיינפולע געשעענישן וואס קומען ואין לך יום שאין קללתו מרובה. אבער דאסמאל איז דאס א טרער וואס וועט בלייבן נאס פאר א גאר לאנגע צייט… דא רעדט מען פון טרערן וואס זענען געקומען פון אזויפיל מענטשן, הערנדיג די ביטערע בשורה אז ראני (רפאל) גרינוואלד איז מער נישט מיט אונז.”ראני”, ווי מען האט אים גערופן בלשון חיבה איז געווען א איש האשכולות, כליל המעלות, א כרכא דכולי בי’, אזש עס געווען א שטאלץ פאר יעדן צי זאגן “איך בין נאנט מיט ראני” און מען האט נישט געדארפט צולייגן גרינוואלד ווייל יעדער האט געוואוסט פון וועם מען רעדט, “ראני איז געווען א אויסנאם”.

איך, “די שרייבער פון די שורות” פערזענליך, האב זיך באקענט מיט ראני ביים זיך ציען קיין עירמאנט אומגעפער 13 יאר צוריק, און מען האט מיר געזאגט אז גאנץ שבת איז דא מנין און די געגנט ביי איינעם אין שטוב וואס הייסט “ראני גרינוואלד”.

איך האב מחליט געווען אהין צו גיין דאווענען שבת ביינאכט צו קבלת שבת אנקומענדיג צום אנגעגעבענעם אדרעס האב איך געזען אסאך קארן פארקירט אין די “דרייוו-וועי”, ווי עס איז נאר געווען א פלאץ צו פארקירן איז געזיצן א קאר דערין, מענטשן זענען געקומען פון ארום אלע געגנטער צו קענען דאווענען ביי ראני איבער שבת, אהיים פארנדיג מוצאי.

די הויז אינדרויסן איז געווען זייער פשוט, עס האט נישט ארויסגעשטארט פון די הייזער ארום אבער אריינגייענדיג אין הויז האט זיך גראד אנגעזען אז דער מענטש וואס וואוינט דא איז שוין גארנישט אזוי פשוט ווי דער הויז קוקט אויס פונדרויסן.

אויף די ווענט האבן געהאנגען פול מיט בילדער פון אן עלטערן שטאטסמאן מיט פאליטיקאנטן פון יעדע פארטיי, בילדער מיט עטליכע פרעזידענטן פון אמעריקא, לאקאלע מעיארן, און מאכטפולע פירער פון לענדער איבער די וועלט, פאליטיקאנטן וואס לעבן שוין נישט, ביז צו יונגע שטערנס וואס ערשיינען יעצט אויף די ארענע.

רני ווערט יונגער און יונגער ווען מען קוקט אויף די בילדער וואס ווערן עלטער און עלטער…קוקנדיג אויף די בילדער האט מען נישט געדארפט זיין קלוג צו כאפן אז דא רעדט זיך עס פון א עסקן וואס טירן בארבע כנפות הארץ זענען פאר אים אפן.

אזוי קוקנדיג אויף די בילדער שפיר איך א קלאפ אויף די פלייצע, איך דריי זיך אויס, און עס שטייט פאר מיר דער עלטערער רני וועמען איך קען שוין פון די בילדער… ער געט מיר א פריינטליכע “שלום עליכם” וואס האט מיר געגעבן דעם געפיל אז איך קען שוין דעם איד פאר יארן, מיט א שמייכל האט ער מיך צוגעוויזן א בענקל און מיר פארבעטן צו זיצן ברענגענדיג א סידור, ער האט צוגעלייגט א ווערטל שמייכלענדיג און צוריקגעגאנגען אויף זיין פלאץ.

איך בין געבליבן זיצן אינגאנצן פארגאפט זיך וואונדערנדיג “ווער דער איד איז” און וואס פארא געהיימעניסן שטייען דארונטער.

באטראכטענדיג זיין איידעלע געזיכט אויף די בילדער בעפאר איך האב זיך באקענט מיט אים, האב איך פארשטאנען אז דא רעדט מען פון א מענטש וואס האט גרויסע קשרים זייענדיג א עסקן און כלל טוער מיט עקספעטיז און באקאנטשאפט און ווי געווענדליך ביי אזעלכע פעלער קומען די זאכן מיט, מיט א מאס גרויסהאלטערישקייט אבער אין מיין ווילדסטע פאנטאזיע האב איך נישט געחלומט אז דער מציאות איז דא פונקט פארקערט, ווי איך האב זיך איבערצייגט מיט די צייט אז דער איד האט נישט געהאט אין זיין די. ען. עי. קיין ברעקל גאווה, און פארקערט ער האט גערעדט צי יעדן מיט א ביטול היש, זיך באנעמענדיג צו יעדן מיט רעספעקט און שעצונג אפילו צו קליינע קינדער.

נאכן דאווענען איז ער ארום געגאנגען מיט א ברייטן שמייכל צו וואונטשן “א גוט שבת”, און פאר יעדן האט ער געהאט עפעס א גוט ווארט צו זאגן אינצווישן האבן זיך גרופירט ארום אים עטליכע יונגע בחורים און ער האט מיט זיי פארברענגט אין א פרייליכע אטמאספער.

בשעת איך האב דאס אלעס אבזערווירט פון א ווינקל האט מיר א שכן דערציילט אביסל איבער אים.

…אויב ווילסטו הערן “מיט איין ווארט” גדלו וטובו פון דעם מענטש? הייבט אן מיין שכן, איז די איינציגסטע ווארט וואס קען שילדערן דעם באגריף: די ווארט “ראני”… די נאמען ראני פארמאגט אונטער זיך א ליסטע פון ארויסהעלפן שווערע טויזענטער פעלער מיט פארשידענע פראבלעמען, פון גרויס ביז קליין, מענער און פרויען, אידן און גוים.

נישט וויסנדיג מיט וואס אנצוהייבן זאגט ער מיר גיב א קוק, דו זעסט די בחורים וואס פארברענגען דארט מיט אים און יעדער לאכט יעדער איז אויפגעלייגט? די אלע קומען פון פראבלעמאטישע אדער צובראכענע היימען ווי די עצבות און מרא שחורה איז בעה”ב אין שטוב… זיי קומען אהער דא, עס א

יז דא אפענע טירן און אפענע אויערן פאר ווער אימער, בחורים עסן דא די שבת סעודה, און אויבן זענען אויך דא עטליכע מיידלעך מיט פראבלעמען…

אזוי רעדנדיג איז ראני צוגעקומען צי אונז אין באגלייטונג פון עטליכע בחורים און מיר געבנדיג נאכאמאל “שלום עליכם”, פרעגט ער מיך ווער איך בין? פון ווי איך קום? וואס איך טו פאר פרנסה?, און ער האט פארפירט מיט מיר א קורצע שמועס האלטנדיג אין איין אריינווארפן ווערטלעך האלטנדיג א שמייכל אויף מיין פנים, די גאנצע צייט וואס איך האב גערעדט מיט אים, און איך האב מיט די צייט אנערקענט אז מיט אים האט מען נישט געקענט רעדן אן וואס ער זאל האלטן אין איין מאכן וויצן.
ארום אים האט מען אלעמאל געדארפט שמייכלען, אין יעדע ענטפער אדער סטעיטמענט האט ער אריינגעמישט הומאר דערין, זעענדיג דאס האב איך אים געזאגט עטליכע ווערטלעך פון וועלכע ער האט זייער הנאה געהאט, דערנאך האט ער מיך פארבעטן צי קומען צי שחרית און של”ש, ווען איך בין געקומען צי של”ש האב איך שוין פארשפעטיגט מנחה און מען האט געהאלטן אינמיטן עסן, ווען ער האט מיך געזען אריינקומען האט ער זיך געפריידט צו מיר ווי צו אן אלטן גוטע פריינט אויף וועם מען קען שוין קוים ווארטן און ער האט מיך צוגערופן זיצן נעבן אים און געבעטן צו זאגן נאך ווערטלעך, איך האב געשפירט אין יעדן ווארט זיינע אז דאס קומט פון א ווייכע הארץ, ער איז א געווען א ווארימע ליבליכער מענטש, און רעדענדיג מיט אים 5 מינוט האט מיך געמאכט פילן אזוי נאנט צי אים, אויך געוואויר ווערנדיג מיט די צייט אז איך בין נישט זיין “בן יחיד” נאר יעדער שפירט צו אים אזוי.

א באקאנט ווערטל וואס ראני פלעגט זאגן איז געווען אז א מתפלל אין א געוויסע בית המדרש האט אנגעהויבן פעלן און ווען מען האט זיך נאך אים אנגעפרעגט האט מען געהערט אז ער האט ליידער געכאפט א הארץ אטאקע, …אה האבן די מתפללים אפגעאטעמט נאך א מזל ער איז נישט געגאנגען דאווענען ערגעץ ענדערש…

רני אויף א מיסיע פון עסקנות

ראני גרינוואלד איז געווען א איין מאן באנד פון חסד… ער האט געהאלפן טויזנטער אידן “שלא ע”מ לקבל פרס” אן א פרסום און אין די ערגסטע מצבים.

גארנישט האט אים אפגעשטעלט פון טון וואס ער געזען פאר וויכטיג ארויס צו העלפן א איד, דעריבער האט ער געברויכט אנקומען צו הינדערטער פאליטיקאנטן פון אלע ראנגען און פון אומצאליגע לענדער אויף וועמענס טירן ער איז אליין אהין געגאנגן קלאפן ובחכמה פותך שערים, עס איז נישט געבליבן קיין איין טיר פארמאכט ווען ראני האט א קלאפ געטון דערויף פון דרויסן, און צו דעם האט אויך אסאך צוגעהאלפן זיין נאטירליכע שמייכל וואס האט נושא חן געווען ביי יעדן, אידן און דאקעגן נישט-אידן צוגלייך.

רני האט מיר דערציילט אז מיט יארן צוריק ווען מען האט געדארפט באגראבן עטליכע ספרי תורות ערגעץ און אייראפע אין א קאמוניסטישע לאנד, און פארשטייט זיך אז מען האט נישט געקענט צוליב די שווערע קאנטראל וואס האט דארט געהערשט, האט מען אים אריינגעמישט, ער איז אהין געפלויגן און אנגעקלאפט אויף די ריכטיגע טירן, מיט סיעתא דשמיא און מיט הילף פון עטליכע לאקאלע פריינט וואס האבן אינטערווענירט ביי די ארטיגע אינסטאנצן, און האט מען צום סוף געמאכט א לוי’ און באגראבן די ס”ת כדת וכדין, רני איז געווארן עמאציאנאל ממש ביז טרערן, ווען ער האט דערמאנט דעם מצב און וואס די ספרי תורות האבן זיך געפינען, איך בין געווען איבעראשט צו זען ראני לאזן טרערן, ווייל ראני איז געווען אזא סארט ווארימער מענטש וואס האט דאס אייביג ארויס געברענגט נאר מיט א שמייכל, אבער אז ראני זאל לאזן טרערן איבער עטליכע ס”ת וואס ער האט געזען ליגן און א שרעקליכן מצב מיט דרייסיג יאר צוריק דאס ווייזט ווי שטארק ער איז געווען ציגעבינדן צי די הייליגע תורה וואס ער האט זיך נישט גערירט אן איר.

ער האט אסאך געטון פאר די יוגנט וואס זענען נעבעך פארקראכן פון אידישן וועג למחצה לשליש ולרביע,
ער האט זייער אסאך קינדער צוריקגעברענגט און געשטעלט אויף די פיס, און זייער אסאך וואס ער האט געכאפט נאך ביים אנהייב און זיי נישט געלאזט ווייטער גליטשן, ער האט דאס אלעס געטון מיט זיין שכל הישר און ווארעם הארץ, עס איז ליידער געווען עטליכע פעלער פון קינדער “מאבדים עצמם לדעת” וואס האבן געשריבן זייערע לעצטע ווערטער צו ראני!, אנשטאט צו עמיצן אנדערש, ווען ער האט צו זיי געדינט אלץ פארזארגער. רני האט אויך אונטערגעפירט עטליכע כלות אונטער די חופה וואס זענען נישט געווען זיינע טעכטער, נאר פשוט מיידלעך וואס האבן געפונען זיין שטוב אלץ פאסיגע אדרעס צו פארגעסן פון זייערע פראבלעמען.

רני ביי זיין שמועס מיט “דער שטערן” אין פובליקאציע נומבער 142#

ער איז געווען א שטימע וואס יעדער האט געוואלט הערן, וואס ער האט צו זאגן, מענטשן האבן אנגענימען זיין מיינונג בלינדערהייט, און געגליכן זיין שכל הישר, ער האט געהאט א גוטע ערפארונג אין די פעלד פון ראטעווען קינדער פון חרוב גיין, בגשמיות

וברחניות, ספעציעל קינדער וואס זענען ליידער ארויף געפאלן אויף די שעדליך פארטייבנדע “דראגס” צו קינדער וואס מען האט זיי געטשעפעט און עס האט אויף זיי שלעכט אויסגעקלאפט.

ער האט נישט מורא געהאט פאר קיינעם קיינמאל, בבחינת “ויגווה לבו בדרכי ה'” ווען עס איז געקומען צו רעדן פון ענינים וואס קיינער גלייכט נישט צי הערן דערפון, ער האט זיך נישט אריינגעשטעקט דעם קאפ אין ערד און אזוי נישט געזען דעם פראבלעם, נאר גערעדט דערפון און אויפגעטון מיט סוקסעס.

ער האט זיך אויפגעטון אז ער פלעגט אריינגיין אל הקו”פ צום סאטמארע רבי’ן זי”ע און ער האט אויפגעברענגט די ענין פון בחורים וואס נעמען ל”ע “דראגס”.. און אויך דאס ענין פון קינדער וואס ווערן געטשעפעט… ער האט עס נישט מלבש געווען און פארשידענע שמות הנרדפים נאר אנגערופן דאס קינד ביים נאמען… אזאך וואס האט נישט יעדן (ליין: קיינעם…) געשמעקט, אבער רני האט זיך נישט דערשראקן פאר קיינעם נאר געטאן וואס עס געווען אויסגעהאלטן צו ראטעווען ווי מער נשמות, און ער האט באקומען פון רבי’ן ז”ל פארשידענע עצות און הדרכות וואס זענען אים שטארק צוניץ געקומען.

ער האט געגרינדעט א שולע צו וועלכע עס זענען במשך די יארן אנגעקומען אהין טויזענטער צעבראכענע מיידלעך, פון אלע קרייזן, פון די שענסטע חסידישע היימען ביז די וואס האבן שוין געהאלטן גאר נידריג און האבן געזיכט אביסל חיזוק, ווארימקייט, און פשוט “לעבן” .. זאכן וואס זיי האבן דארט באקומען בשפע רב.

אויך האט ער געגרינדעט א קעמפ פאר די מיידלעך ווי עס זענען געקומען יעדעס יאר איבער זיבן הינדערט מיידלעך א זומער, און ראני אליין איז דארט געווען יעדן זומער (ביז אפילו דעם לעצטן זומער) און ער איז אליין געשטאנען על המשמר זיכער צומאכן אז יעדער האט אלעס און יעדעס קינד האט א שמייכעל און איז צופרידן.

ראני פאר זיך זעלבסט האט געלעבט זייער באשיידן און פשוט אן קיין שום לוקסוס, ער האט נישט פארמאגט קיין טייערע זילבערווארג אדער קריסטאלענע געשיר ביי זיך אינדעהיים. זיין הויז איז נישט געווען “פענסי” אהערגעשטעלט, נאר עס איז ענדערש געווען אן אפענע הויז פאר יעדן, יעדער האט זיך דארט געפונען אינדערהיים, עס זענען נאך ביז לעצטענס געווען יעדן שבת ויו”ט בחורים און מיידלעך וואס האבן דארט געטראפן א ליבליכע ווארעמע היים מיט היימישע געשמאקע סעודות שבת ויו”ט.

רני אויף א מיסיע פון עסקנות

ראני איז געווען א קליגער איד מיט אסאך ישוב הדעת, ער איז געווען א יודע ספר, ער האט ליב געהאט צו לערנען און צו הערן שיינע ווערטער אויף די פרשה און יו”ט, ער האט פארמאגט עטליכע שיעורים צופרו און ביינאכט.

נישט נאר פאר די קינדער האט ער געהאלפן, נאר ער איז אויך געווען אן אדרעס פאר הינדערטער עלטערן ווען זיי האבן זיך גענויטיגט אין א אוזן קושבת צו זייערע צרות און פיין און האבן געלעכצט צו באקומען חיזוק אין זייער שווערע מצב און גרינגער צו מאכן אביסל דעם שווערן דורכגאנג.

ער איז אויך געווען אן אדרעס פאר עלטערן וואס האבן נישט מצליח געווען צי פלאצירן זייערע קינדער אין מוסדות, ווי ער איז געווען אינסטרומענטאל צו פלאצירן שווערע הינדערטער קינדער אין א געהעריגע מוסד.

ראני האט יעדן טאג געדאווענט שחרית זיבן אזייגער אינדערפרי מיט די מנין וואס ער האט געגרינדעדט מיט ארום 12 יאר צוריק אין די “קאלבאסאווער ביהמ”ד” אויף דארבי סט. אין די פארק עוועניו געגנט אין מאנסי/עירמאנט.

מען רופט עס ראני’ס מנין משום חיבה וואס יעדער האט צי אים, עס דאווענען דארטן מיט א יעדן טאג לערך פיר מנינים חשובע אידן נישט נאר פון די געגנט נאר אויך פון טיף אינמיטן מאנסי קומען אסאך אידן מיטדאווענען מיט ראני’ס מנין, דאס דאווענען און דערנאך פארברענגן מיט ראני א צען פיפצן מינוט געבט א פאזיטיווער אנהויב פארן גאנצען טאג.


מלוה מלכה ווי רני גרינוואלד האט געדארפט אויפטרעטן, די מוצאי
שבת בעפאר זיין פטירה

ראני איז געווען דער בריח התיכון פונעם ביהמ”ד אפילו שב”ק ווען ער איז נישט געקומען דארט דאווענען מריחוק מקום עס איז אים שווער געווען צו גיין אזוי ווייט.

מושצ”ק פרשת בשלח איז פארגעקומען די יערליכע מלוה מלכה פאר’ן קאלבאסאווער ביהמ”ד, ווי ראני האט געזאלט רעדן די צענטראלע דרשה און מען האט זיך גערישט אויף א ריזיגע עולם וואס וועט קומען צי הערן וואס ראני גייט זאגן, ועכשיו איננו כי נלקח אותו אלקים, זיין אפוועזנהייט האט געשטאכן, און די מלוה מלכה איז געווארן פארוואנדלט אין א הספד אויף רני, ווען יעדער איז געזיצן אין געטרויערט.

די צייט צייט איז באגרעניצט ארויס צי ברענגען אלעס וואס דער מענטש האט פארקערפערט אין זיך (צו מזל האט “די שטערן” מאגאזין באוויזן אפצוהאלטן א רירנדע אינטערוויו מיט רני און עס פובליצירט אין זייער אויסגאבע נומער 142# ארומרעדנדיג איבער גאר אינטערסאנטע חלקים פון זיין לעבן) און דאס איז נאר אנגערירט מיטן שפיץ גאפל א חלק פון וואס ער האט געטון ביודעין, און וויפיל מער דער מענטש האט אלס געטון בלא יודעים וועט נאך געדויערן אסאך יארן, אויב מען וועט בכלל אמאל אלעס געוואויר ווערן.

אסעמבלימאן דוב הייקינד ביים אויסדרוקן זיינע טרויעריגע געפילן אין א מעסעדזש אויף טוויטער, מיט עטליכע בילדער.

אויף די פטירה פון ר’ רפאל גרינוואלד ע”ה לאזט זיך זאגן “וכל בית ישראל יבכו את השריפה הזאת” עס וויל זיך נישט גלייבן אז מען זאגט שוין ע”ה, נאך ראני… אוי עס איז שווער.

הלוואי זאל שוין זיין ומחה ה’ אלוקים דמעה פון אלע אידישע הערצער, און עס זאל שוין זיין ובא לציון גואל ווען עס וועט מקיום ווערן יקיצו וירננו שוכני עפר און מיר וועלן זיך צוריק פאראייניגן מיט אלע אונזערע באליבטע וואס האבן אונז איבער געלאזט לעלמא דקשוט במהרה בימינו אמן.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.