פון אלץ און אלעמען

וואונדערליכע נס הצלה אין רינועל

הרב ר’ יואל אשר לאבין הי”ו געבט איבער א גאר אינטערסאנטע נס הצלה אין די ארגענאזאציע “רינועל” ווי ער איז אן אקטיווער עסקן.

אין די פארלאפענע טעג איז פארגעקומען א וואונדערליכע נס הצלה, א הפלא’דיגע סיפור וואס צייגט די יד השם און די סייעתא דשמיא וואס אנשי חסד זענען זוכה, מדה כנגד מדה, אדאנק זייערע מעשים טובים.

עס האנדלט זיך פון א נירן נדבן וואס האט מיט עטליכע חדשים צוריק געגעבן א ניר, מיט גרויס העלדישקייט. א מיטליעריגער איד פון ניו דזשערזי וואס האט לאנג און שווער געארבעט מיט דאקטורים צו קענען האבן די זכיה צו געבן א ניר. און האט געראטעוועט די לעבן פון א איד א חולה ישראל וואס האט זיך לאנג געמוטשעט אויף דיאליסיס און זיין לעבן איז געווען אין א סכנה.

נאכן זיך אביסל אויסרוען און קומען צו זיך האט דער טייערער איד געהאט זיין ערשטע גרונטליכע טשעק-אפ ביים דאקטאר, אזוי ווי עס איז די סדר אז נאך א נירן אפעראציע גייט מען זיך טשעקן און זען וויאזוי אלעס פארהיילט זיך.

דער דאקטאר האט באמערקט א געוויקס וואס הייבט אט אן צו שפראצן ביי די האלז פון דעם טייערן איד, און באשטעטיגט אז דאס איז “קענסער”, וואס מען האט געטראפן ביי א פריע שטאפל, און אז מען וועט עס ארויסנעמען מיט אן אפעראציע וועט ער בעזר השם האבן א רפואה.

דער דאקטאר האט באוואונדערט די נס, אז ער איז געקומען פאר א טשעק אפ צוליב די ניר, אויב וואלט ער נישט מנדב געווען די ניר וואלט ער ווארשיינליך בעמערקט די מחלה נאר שפעטער ווען די סכנה וואלט שוין געווען זייער גרויס.

אלע נירן נדבנים וואס זענען ווי איין גרויסע משפחה האבן מתפלל געווען דעם פארלאפענעם דינסטאג די כי תשא אין די צייט פון די אפעראציע פאר די רפואה פון יונתן דוב בן רות און בחסדי השם וועט ער האבן א גאנצע רפואה.

ער האט געראטעוועט א לעבן, און געראטעוועט דערמיט זיין אייגן לעבן!

ארטיקל איז ערשט ערשינען אויף אונזער טעלעגראם טשענעל.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.