ארטיקלען און געדאנקען

די פראגרעסיווע ווערסיע פון “מה יפית”

פאראן א פראפעסאר וואס וואוינט דאהי אין די פאראייניגטע שטאטן און זיין נאמען איז נארמאן פינקלשטיין. פראפעסאר פינקלשטיין איז א זייער קאנטראווערסאלער מענטש און מאכט זיכער צו זיין אין די נייעס צו יעדער שטיק צייט.

פראפעסאר

פראפעסאר פינקלשטיין

האט מיט עטליכע יאר צוריק ארויסגעגעבן א בוך, אין וועלכן ער באשולדיגט דעם אידישן פאלק אין אויסניצן דעם חורבן פון דער צווייטער וועלט-קריג, דעם אזויגערופענעם “האלאקאוסט”, צו פאראויסשטויסן פארשידענע אגענדעס. איינע פון די אנגעגעבענע “אגענדעס” פאר וועלכער אידן ניצן דעם חורבן איז אויסצופּרעסן געלט פון דייטשלאנד. דאס דייטשע לאנד, ווי יעדער ווייסט, האט אין לויף פון די פארגאנגענע יארן אויסגעגעבן אסטראנאמישע סכומים געלט אין ראם פון אומקערן אידישע פארמעגנס קאנפיסקירט דורך די נאציס, און “ווידערגוטמאכונג” געלטער אויף צו קאמפענסירן, אזוי צו זאגן, דעם אידישן פאלק פאר די שקלאפן-ארבעט וואס אידן זענען געצוואונגען געווארן צו טאן אין די לאגערן דורכאויס דער צווייטער וועלט-קריג.

פינקלשטיין זעלבסט איז א קינד פון עלטערן וואס האבן דעם חורבן מיטגעמאכט. די חורבן-געלטער וואס דייטשלאנד צאלט איז, לפי עניות דעתי, נישט מער ווי א טראפּן פון ים קעגן וואס דאס דאזיגע לאנד איז שולדיג דעם אידישן פאלק. און איך רעד שוין נישט פון אומקערן פארמעגנס וואס האבן באלאנגט צו אידישע אייגנטימער, וועמען זייערע נאצישע רוצחים האבן גע’ירש’נט. ס’איז נישט מער ווי דעם פשוט’סטן טייטש פון פשוט אז דייטשלאנד איז מחיוב די דאזיגע גזילות אומצוקערן.

איך ווייס נישט וואס די הלכה זאגט דא. מעגליך אז לייגן דרוק אויף א גוי’איש לאנד אומצוקערן אפילו בארעכטיגט געלט גייט אריין אין כלל פון התגרות באומות, רייצן זיך מיט גוי’אישע פעלקער, וואס איז פארבאטן אזוי לאנג ווי מיר געפינען זיך אונטער זיי אין גלות.

נארמאן פינקלשטיין, אויף ווי ווייט איך ווייס, איז אבער א פרייער איד און כ’בין מסופק אויב ער האט אמאל געהערט דעם געדאנק פון “התגרות באומות.” ס’איז מסתמא שכל’דיג אנצונעמען אז אויב וואלט א פרומער איד אים אמאל פרובירט דערציילן וועגן דעם, וואלט ער דאס גוט אויסגעלאכט און יענעם אנגעקוקט ווי קליינשטעטלדיג, קליינקעפיג מענטשעלע.

אויב יושר פארלאנגט און דער שכל לאזט דאס פאדערן פון דייטשלאנד צוריקצוגעבן וואס זי האט גע’גנב’עט און קאמפענסירן פאר געצווינגענער ארבעט – פארוואס זעט א קינד פון באראבעוועטע און באצווינגענע עלטערן א פראבלעם מיט פארלאנגען פון די רוצחים און גזלנים צו אומקערן און באצאלן וואס זיי זענען מחיוב?

פאראן דא איין שטיקל מקום-ספק, נעמליך צי לוינט זיך אויפצורעגן די היינטיגע דייטשן, וועלכע שפירן זיך נישט שולדיג אין די חטאים פון זייערע עלטערן, דורך צווינגען זיי צו צאלן ביליאנען דאלאר פון זייער “היינטיג” געלט. ס’איז נישט אומלאגיש צו טראכטן אז ס’איז נישט ווערט דעם פרייז. אלס נישט-פוסק און געבוירענער נאכ’ן חורבן האב איך אלס איד און מענטש נישט די מינדסטע רעכט דא אריינצורעדן.

פראפעסאר פינקלשטיין רעדט אבער נישט וועגן פראקטיק. ער איז ברוגז דערויף וואס אידן “פּרעסן ארויס” געלט פון דייטשלאנד; אויף דער “גניבה” וואס אידן פירן דורך אויף דייטשע פארמעגנס. ווי קומט צו אזא אינטעליגענטן מענטש אזא מאדנעם-קרימען טראכטן?

איך מיין אז פראפעסאר פינקלשטיין איז אבער נישט מער ווי א שפיגל אין וועלכן עס ווייזט זיך די קאלעקטיווע מענטאליטעט פון דעם היינטצייטיגן סעקולערן אידנטום.

אינדערהיים, ווען אונזערע עלטערן אין די שטעטלעך זענען געווען אונטערגעווארפן און אנגעוויזן אויף די חסדים פון די פריצים, פלעגן די פריצים אפטמאל ארויסרופן איינעם אזא אידל, זיין מאשקע, ער זאל טאנצן און אונטערהאלטן זיינע געסט אויף א פארוויילונג. דערפון האט זיך גענומען דאס שפּעט-ווארט “מה-יפית איד”, וואס די “פארגעשריטענע” אידן האבן גענוצט צו באצייכענען די הכנעה מיט וועלכער דער ערליכער איד האט זיך אויפגעפירט כלפי דעם גוי – די אזויגערופענע “גלות מענטאליטעט”.
יענע אפגע’חוזק’טע גלות-מענטאליטעט איז אבער פאקטיש געווען נישט עפעס אנדערש ווי א צודעק אויף דער העכסטער מאס שטאלץ מיט וועלכער יענע אידן זענען געווען – און ערליכע אידן זענען נאך היינט – דורכגענומען ביז’ן תוך. זיי זענען געווען גענוג זיכער ביי זיך מיט זייער אידענטיטעט אלס אידן, אלס בני מלכים, אז די לפנימ’דיגע הכנעה איז פאר זיי אין ערגסטן פאל געווען נישט מער ווי נאך א שוועריגקייט אויפ’ן שווערן וועג צום עולם התיקון.

די היינטצייטיגע, “פראגרעסיווע” אידן, זיי זענען עס די וואס פירן זיך אויף גענוי ווי זיי האבן דעמאלט פארטייטשט דעם געדאנקען-גאנג אונטער דעם מה-יפית טאנץ. זיי זענען עס די וועמען עס גייט אין לעבן צו געפעלן דעם גוי,

 

און זיי זענען עס די וואס טאנצן – טאקע נישט מה יפית, נאר צום טאקט פון דעם אור-אלטן שנאת-ישראל ניגון. זיי זינגען און טאנצן דעם ניגון מיט נישט ווייניגער אייפער ווי די אריגינעלע פארפאסערס פון דעם ליד. אט די אידן זענען געשלאגן מיט אן אמת’ן מינדערווערטיגקייטס-קאמפלעקס, וואס שטופט זיי צו טאן די משונה’דיגסטע זאכן כדי צו געפעלן דעם גוי.

יענע “מה יפית” אידן האבן געטראכט און געלעבט מיט דער געזונטער באלאנץ פון “בשבילי נברא העולם” און “ואנכי עפר ואפר”. זייערע מעשים זענען דיקטירט געווען פון אומשטענדן אין ראם פון דער תורה. דווקא דורך דעם דאזיגן מה-יפית טאנץ איז זייער ערהאבנקייט און שטאלץ געקומען אמ’בולט’סטן צום אויסדרוק.
ארויסקומענדיג פון פריצ’ישן באל האבן זיי זיך אפגעשאקלט די קליידער, אהיימגעגאנגען, געלייענט קרי”ש, און אויסגע’בטל’ט דעם משוגענעם פריץ אינאיינעם מיט אלע בייזע חלומות.

די פראפעסאר פינקלשטיינ’ס פון אונזער דור טאנצן דעם טאנץ פון התלהבות’דיגער הכנעה און גייען אין פייער פאר דעם פשוט’ן גוי מיט דעם אייפער פון א געהארכזאמען הונט.

טאקע נישט מה-יפית, אבער יא מיט דער הכנעה וואס קומט פון א גייסטיג-אומסטאבילער פסיכיק וועלכע באהערשט דעם קאמפליצירטן אידישן מוח וואס ווערט נישט באלאנצירט דורכ’ן דרך התורה.

איבערן שרייבער

שמואל שטערן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.