א שלעכטער טיטל. דער סדר גייט פארקערט: געלט-אקציעס, הארץ-אטאקעס און חתונות.
אבער אזוי גייט עס היינט. ביים פראווען די חתונה פון א קינד, מוזן מיטקומען די אנדערע צוויי זאכן. נישט אז דאס איז דער רוטין, אבער די כסדר זיך-העכערנדע צאל פון דעם-דאזיגן “פעקעדזש” איז זייער אלארמירנד.
אזוי זענען מיר היינטיגע צייטן: שפענדן געלט וואס מיר פארמאגן נישט, פאר זאכן וואס מיר דארפן נישט, צו געפעלן מענטשן וואס זוכן צו געפעלן אונז, וואס זוכן צו געפעלן זיי…
אן אומפארשטענדליכע תאווה. לוקסוס איז א תאווה מיט א טעם, ווייל ער מאכט באקוועם דאס לעבן. ס’איז אפשר נישט בארעכטיגט, אבער פארשטיין קען מען זי.
אבער אויסברענגען געלט גלאט אזוי לשם שפענדן? וואס באצוועקט עס? וועמען געפעלט עס?
דאס איז איינער פון די גרעסטע וואונדערס אין אונזערע צייטן. קיינער האט זיך נאכנישט איינגעהאנדלט קיין רעפוטאציע אלס גביר, בלויז ווייל ער האט אויסגעווארפן געלט ביים חתונה מאכן א קינד. קיין הנאה שאפט עס נישט. כבוד ברענגט עס נישט. געזונט קאסט עס. חובות מאכט עס. געלט-אקציעס ארגאניזירט עס…
פארוואס טוט מען עס?
וואס האב איך דערפון, אז כ’זאל גיין היינט בארגן געלט, עס אויסברענגען, אריינשטעלן רוטינע וויזיטן ביים דאקטאר אינ’ם סדר-היום, באצאלן מארגן די חובות מיט צונויפגעזאמעלטע געלטער פון גוטהארציגע אידן, עלטער ווערן מיט צוואנציג יאר, און קוים האבן כוח זיך אריבערצוכאפן צו א טיי-אוונט פאר “א היימישן איד וואס איז נעבעך אריינגעפאלן אין גרויסע חובות און האלט פאר’ן חתונה-מאכן א קינד”?…
ברייט חתונה מאכן וועט קיינעם נישט איינרעדן אז די מחותנים זענען אידן מיט פול-געפאקטע באנק-קאנטעס. איר ווייסט פארוואס? ווייל איר רעדט זיך דאס אויך נישט איין אויף א יענעם, ווען ער פראוועט קאסטבארע חתונות.
איך קען דעם קונץ פון שפענדן געלט, איר קענט דעם קונץ, יענער קען דעם קונץ, און מיר אלע ווייסן אז מיר אלע קענען דעם קונץ, און מיר אלע ווייסן אז מיר אלע ווייסן אז יעדער קען דעם קונץ…
די פראגע איז נאר, ווער עס האט די גבורה פון זיין דער ערשטער אויפצוהערן מיט די נארישקייטן. אט דער איינער העלד וועט גאנץ זיכער שנעל באקומען א היפשע צאל נאכפאלגערס, וואס וועלן אים הארציג דאנקבאר זיין פאר’ן דורכברעכן דאס אייז.
אנשטאט זיך איבערווארפן מיט אומזיכערע זייטן-בליקן, לאמיר ליבערשט אלע זיך אוועקשטעלן, קוקן זיך די אויגן אריין און גוט אויסלאכן די-דאזיגע מאדנע חולאת וואס האט אונז אלע באנומען.
מיר וועלן דעמאלט זיין פרייליכער, רייכער, און – געזונטער.