ארטיקלען און געדאנקען

ווי נעמט מען א קאנטראקטאר?

איך האב געדארפט דורכפירן ביי מיר אין הויז עטליכע רענאוואציעס, און האב פאר דעם צוועק אויפגענומען א קאנטראקטאר דורכצופירן די ארבעט. דער יעניגער קאנטראקטאר האט זיך איינגעשטעלט א סיסטעם אז ביים אנגעשטעלט ווערן פאר אזא סארט ארבעט בעט ער דעם הויז-אייגנטומער צו קומען מיט אים אין געשעפט און אינאיינעם איינקויפן דאס געפאדערטע מאטעריאל.

בין איך מיט אים געגאנגען צו א דערבייאיגן “האָום דיפּאָו” אין מאנסי. דאס איז געווען זיבן אזייגער אינדערפרי. די גאסן זענען נאך געווען שטיל און אין געשעפט גופא איז אויך געווען היפּש ליידיג. אט האבן מיר זיך גענויטיגט אין א פּראדוקט וואס האט זיך נישט געפונען אויף דער פּאליצע, און דער געשעפטס-אנגעשטעלטער האט געדארפט ברענגען אונז פון ערגעץ אנדערשוואו.

ווי מיר זענען אזוי געשטאנען און געווארט, האט זיך צווישן דעם קאנטראקטאר און מיר אנטוויקלט א שמועס. יענער איז א מענטש, א שווארצער, אין די פערציגער יארן, פארהייראט מיט קינדער. ער וואוינט אין וואודרידזש, איז א ניש’קשה’דיגער פארדינער און אין אלגעמיין – א ניש’קשה’דיגער מענטש: רואיג, ארנטליך, געלאסן.

“איך בין נישט אייביג אזוי געווען,” זאגט ער מיר פּלוצלונג. ער איז אויפגעוואקסן אין א שלעכטער געגנט אין דער בראנקס, און פארלוירן זיין מוטער אין יונגען עלטער. זיין טאטע איז געווען אן אלקאהאליקער און נישט זיך אפּגעגעבן מיט דער משפחה. דער סוף מיט אים איז געווען ווי אין זייער א סך אזעלכע פעלער: ער האט אנגעהויבן זיך דרייען אין די גאסן, געבונטעוועט און געבורדעוועט, און עווענטועל אנגעהויבן האנדלען מיט דראגס.

קיין שלעכטן קאפּ פארמאגט ער נישט; האט ער זיך זייער אכט געגעבן נישט איבערצולאזן קיין באווייזן וואס זאלן דורך די אויטאריטעטן קענען קעגן אים גענוצט ווערן. ער איז טאקע אין גאנג פון די טעג ארעסטירט געווארן; די פּאליציי האט אים אבער כסדר פרייגעלאזט נאך א קורצער צייט. קיין קראנטע באווייזן זענען קעגן אים נישט געווען און ער האט דאס וואויל געוואוסט.

זיין לעבן איז אזוי אנגעגאנגען, ביז איינמאל ווען ער איז ווידעראמאל ארעסטירט געווארן. ער איז געלעגן אויפ’ן בעטל אין זיין טורמע-צעל און ציללאז געגלאצט. “דער קאפּ איז מיר געווען פּוסט, און אזוי אויך זענען געווען די מחשבות וואס האבן זיך אין אים געדרייט: ליידיג און לער.”

אויפאמאל איז אין אים פארגעקומען אן איבערבראך. דער מוח איז אים אויפגעשאקלט געווארן און פון ערגעץ-וואו האט זיך דארט אריינבאקומען נייע, פרעמדע ענערגיע וואס האט געלאזט אין גאנג נייע, פרעמדע מחשבות. דאס געוויסן האט אים גענומען פּייניגן און ביז א קורצער צייט האט ער געפאסט א באשלוס צו טוישן זיך דאס לעבן; אויפהערן מיט די פארברעכערישע מעשים און אנהויבן פירן זיך ערליך און ארנטליך.

“איך האב נאך היינט דא,” ווייזט ער מיר אויף א ריפּ, “א קויל וואס איך האב נישט געלאזט פון מיר ארויסנעמען, אויס מורא אז די אפּעראציע וועט מיך איבערלאזן א קריפּל. אזא איז מיין לעבן דעמאלט געווען: געשאסן אויף אנדערע און געשאסן געווארן אויף צוריק.”

דער דערציילער איז דערביי געשטאנען אנגעלאנט אויף א דערבייאיגער פּאליצע און די אויגן האבן אים געקוקט פאר’חלומ’ט אין חלל. “איך האב מערערע מאל געפּרואווט בעטן ביי די אינסטאנצן איך זאל אריינגעלאזט ווערן אין דער נעמליכער בראנקסער טורמע וואו איך בין געזעצן. איך וויל רעדן צו די ארעסטאנטן וואס זיצן דארט פאר עבירות ענליך צו מיינע. כ’וויל זיי אויפקלערן. כ’וויל זיי מסביר זיין אז דאס דאזיגע אַרט לעבן דערפירט נישט צו קיין צופרידנקייט; אז די האַס און פאָראורטיילן מיט וועלכע זיי טראגן זיך ארום קעגן אלעמען וועט זיי גארנישט ברענגען.”

מען לאזט אים אבער אהין נישט אריין. “אויף מיין רעקארד בין איך א געפארפולער פארברעכער – און כ’בין אזוינער אייגנטליך געווען. און אלס אזא פאַרווערט דאס געזעץ מיך פון באזוכן אין תפיסה.”

דער פעסט-געבויטער, פארמעגליכער, פארהייראטער, מיטליאריגער שווארצער האט זיך דערביי אויסגעדרייט צו מיר דעם קאפּ און גענומען וויינען ווי א קינד: “כ’זאל נאר איינמאל קענען צו זיי רעדן – איינמאל!”

*

אויף דער אידישער גאס דרייען זיך היינט נעבעך א סך פארלוירענע נשמות – פארווארפן פון דער ישיבה-וועלט, פארלוירן פון דער משפּחה, און פארפאלן אין פייער פון שוואוילטאג. בייזע ווינטן בוזשעווען – גלאט אזוי ציללאזע ווינטן, וואס פארטראגן שטיקער פון א דור וואס לעבט און האדעוועט זיך אויף וואקלדיגע יסודות.
זיי געפינען זיך נישט דווקא אין די תפיסות און די וואס וואלטן צו זיי געקענט רעדן זענען לאו דווקא געוועזענע פארברעכערס.

וואו נעמט מען אבער א שווארצן קאנטראקטאר, וואס זאל צו זיין רעדן איינמאל – בלויז איינמאל און זיי זאגן די ריכטיגע ווערטער.

איבערן שרייבער

שמואל שטערן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.