אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

נ.י. קאנסטרוקציע טויטפעלער שטייגן

ניו יארק – קאנסטרוקציע פארבינדעטע טויטפעלער אין ניו יארק, האט דערגרייכט א פערצן יאריגע הויכקייט אין יאר 16′, לויט א נייעם באריכט וועלכע איז נעכטן פובליצירט געווארן. דער באריכט, וועלכע איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך די “ניו יארק קאמיטע פאר ארבעטער סעיפטי און געזונט”, צייגט אז אין יאר 16′ זענען 71 ארבעטער אין ניו יארק סטעיט אומגעקומען אין קאנסטרוקציע-פארבינדעטע אינצידענטן, וואס איז א שפרונג פון די 55 טויטפעלער וואס מ’האט געזען אין יאר 15′ – און די ציפערן פון נארוואס-פארענדיגטן יאר 17′ זענען נאכנישט צוזאמגעשטעלט געהעריג. דער ציפער קאנסטרוקציע טויטפעלער אין ניו יארק סיטי ספעציפיש, איז געווען אין יאר 16′ בלויז 21, וואס איז ווייניגער ווי די 25 אין יאר 15′.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.