דמשק – קלאסיפייד שאצונג פון די אמעריקאנער רעגירונגען צייגט, אז אייסיס איז בכלל נישט אנטרינען פון סיריע, נאר טויזנטער אייסיס קעמפער זענען נאך פארהאן אויסגעשפרייט אין פארשידענע טיילן פון סיריע, וואס ווארטן פשוט צו באקומען פארארדענונגען און באפעלן פון דער טעראר גרופע’ס פירערשאפט, און זיי שטייען גרייט אנצוהייבן זייער ברוטאלן טעראר קאמפיין יעדע ליאדע מינוט.
די אמעריקאנער לופט-פלאטע און אמעריקאנער-געשטיצטע רעבעלן האבן סוקסעספול פארטריבן אייסיס פון מזרח סיריע, אבער די נייע שאצונג צייגט אז ס’איז נישט געווען קיין פולקאמער און פערמאנענטער סוקסעס, און א גרויסער פראצענט פון די לעבנס-געבליבענע אייסיס קעמפער באהאלטן זיך אויס אין געגנטער נעבן דער סירישער הויפטשטאט דמשק, צוגרייטנדיג פרישע אפענסיוועס.