טאיפעי – א מאסיווע ערדציטערניש האט אויפגעטרייסלט טיילן פון טייוואן, אומברענגענדיג 2 מענטשן און פארוואונדענדיג נאענט צו 150 אנדערע. דער ערדציטערניש, געשאצט ביי א שטארקייט פון 6.4 אויפן ריכטערוואג, האט פאסירט נעבן די בארטנס פון טייוואן, אינעם האוליען ראיאן, ביי א טיפקייט פון זעקס מייל אונטער דער ערד, און האט געברענגט אז דער גרויסער “מארשאל האטעל” וועלכע געפינט זיך נאענט צום וואסער, זאל טיילווייז איינפאלן, איבערלאזנדיג הונדערטער מענטשן באגראבן אונטער הויפנס ברוכווארג.
די צוויי אומגעקומענע זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס איינגעשטעלטע אינעם האטעל, און באזונדער האט מען געהערט אז אנדערע הויכע געביידעס אינעם ראיאן זענען איינגעפאלן אדער זענען אין באלדיגן געפאר פון צוזאמפאל. די ערדציטערניש קומט נאכדעם וואס בערך א וואך צוריק האט א קליינעם ערדציטערניש פאסירט אין די וואסערן נעבן האוליען, טייוואן, וואס האט זיך אויך געשפירט אין טיילן אלאסקע.