וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט פרייטאג ארויסגעשטעלט סאנקציעס קעגן דריי פארשוינען און דריי ביזנעסער, איבער דעם וואס זיי ווערן באשולדיגט אין שטיצן אייסיס. די סאנקציעס זענען קעגן אבדולפאטא אבובאקאר אין די פיליפינען, וועלכער האט צוגעשטעלט פינאנציעלע שטיצע פאר דעם ארטיגן פליגל פון אייסיס, קעגן יונאס סאקאריע און זיין טערקיי-באזירטע פירמע פאר’ן צושטעלן מעכאניזמען און פיזישע שטיקער פאר אייסיס, זיי צו העלפן צוזאמשטעלן א דראון, און צום לעצט קעגן די על מוטאפאק קאמערציאלע ביזנעס אין סאמאליע, פאר’ן ארויסהעלפן אייסיס אקטיוויטעטן אין סאמאליע. עס איז דאס ערשטע מאל וואס מען הערט פון פינאנציעלע סאנקציעס קעגן א ספעציפישן אויסלענדישן פארשוין פאר’ן צושטעלן קריגס געצייג פאר דער טרויעריג-בארימטער באנדע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.