סיריע – די מעגליכקייט פאר א מלחמה צווישן סיריע און מדינת ישראל, מיט איראן אין דער זייט, איז געווארן נעכטן פיל שטערקער ה״י, נאכדעם וואס מדינת ישראל האט דורכגעפירט מאסיווע באמבארדירונגען אויף דעם סירישן מיליטער, אין רעאקציע צו דעם וואס אן איזראעלישע ״עף-16״ פליגער איז געווארן אראפגעשאסן.
די גאנצע דראמא האט זיך אנגעהויבן, ווען דאס מדינת ישראל מיליטער האט באמערקט אן איראנער דראון אריינפליען פון סיריע קיין צפון מדינת ישראל, פארלעצנדיג איזראעלישע טעריטאריעלע רעכטן. דאס מיליטער האט דאן ארויסגעשיקט א העליקאפטער, וועלכע האט סוקסעספול אראפגעשאסן און פארניכטעט דעם דראון.
א שטיק צייט שפעטער, האט דאס מדינת ישראל מיליטער ארויסגעשיקט עטליכע פליגערס העכער סיריע, צו באמבארדירן סירישע און איראנער מיליטערישע צילן. דאס סירישע מיליטער האט דאן ארויסגעשאסן אן אנטי-עירקרעפט מיסיל אויפ’ן איזראעלישן פליגער, פון וועלכן דער פליגער האט אראפגעקראכט אויף דער ערד, פאלנדיג אין צפון מדינת ישראל טעריטאריע, אבער די 2 פילאטן האבן איבערגעלעבט.
מדינת ישראל האט, רעאגירט מיט נקמה, און ארויסגעשיקט עטליכע פרישע מיליטערישע פליגערס, און דורכגעפירט מאסיווע באמבארדירונגען אויף דעם סירישן מיליטער, וואס זיי באצייכענען אלס די שטערקסטע באמבארדירונג אין סיריע זינט׳ן לבנון קריג אין 982׳.
די וועלט׳ס לענדער האבן פארדאמט ביידע זייטן און גערופן פאר איינגעהאלטענע געמיטער, און אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט זענען מתפלל אז עס זאל נישט אויסברעכן א פרישע קריג אויפ’ן איזראעלישן פראנט ה״י, און עס זאל א ודאי נישט שאטן פאר אחינו בני ישראל בארה״ק ובכל מקום שהם.