אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

באציאונגען מיט קעמבאדיע אפגעהאקט

קעמבאדיע – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן, אז זי האקט אפ פארשידענע באציאונגען מיט דער רעגירונג אין קעמבאדיע, אריינגערעכנט עטליכע פינאנציעלע אינוועסטמענטס, הומאניטערישע הילף און מיליטערישע הילף פראגראמען. דער שריט קומט צוליב וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט “טיפע זארגן” איבער פארשידענע שריט דורך דער קעמבאדיער רעגירונג, וועלכע האט צוריקגערוקט דאס לאנד אויף א גאנג צו א דיקטאטורישן רעזשים מיט ווייניג פרייהייט פאר די בירגער. דאס ווייסע הויז זאגט אז אמעריקע האט צוגעשטעלט מער ווי 1 ביליאן דאלאר פאר קעמבאדיע אין די לעצטע 25 יאר, אבער דאס מוז דערווייל אפגעשטעלט ווערן, ווייל לעצטיגע וואלן דארטן זענען דורכגעפירט געווארן אויף זייער אן אומדעמאקראטישן פארנעם.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.