וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געזאגט מוצאי שבת אין א רעדע, אז צפון קארעא האט זיך געוואנדן צו דער אמעריקאנער רעגירונג און געזאגט אז זיי ווילן פירן געשפרעכן מיט אמעריקע. אויב שטעלט זיך דאס טאקע ארויס צו זיין די רעאליטעט, וועט עס זיין דאס ערשטע מאל וואס צפון קארעא ווענדט זיך דירעקט צו אמעריקע און זוכט געשפרעכן.
טראמפ האט געזאגט “יעצט רעדן מיר, און אגב, זיי האבן טעלעפאנירט מיט עטליכע טעג צוריק און געזאגט אז זיי ווילן פירן געשפרעכן. מיר האבן געענטפערט אז מיר ווילן אויך געשפרעכן, אבער צו ערשט מוזן ענק אויפגעבן די נוקלעארע וואפנס”. שפעטער האט טראמפ צוגעלייגט אז ער איז גרייט זיך אראפצוזעצן פאר געשפרעכן מיט קים יאנג אן.
צפון קארעא האט רעאגירט זונטאג מיט א סטעיטמענט, זאגנדיג אז אמעריקע זאל נישט מאכן קיין פאלשע קאלקולאציעס איבער צפון קארעא’ס ווילן פאר געשפרעכן, און זיך נישט איינרעדן אז דאס צייגט אז זיי זענען גרייט זיך צו ברעכן. אינעם סטעיטמענט האט צפון קארעא ווידערהאלט זייער קעגנערשאפט צו אמעריקע’ס מיליטערישע איבונגען אינעם ראיאן, געסקעדזשועלט אויף אפריל.