לאנדאן – די בריטישע רעגירונג האט נעכטן געזאגט אז זי וועט ארויסווארפן 23 רוסישע דיפלאמאטן פון איר לאנד, און זיי אהיימשיקן קיין רוסלאנד, אלס טייל פון ענגלאנד’ס רעאקציע צו דעם וואס רוסלאנד האט דורכגעפירט א פאר’סמ’ונג פון א געוועזענעם רוסישן שפיאן וועלכער וואוינט אין ווילטשייער, ענגלאנד.
דער שטראף פאר רוסלאנד איז געקומען, נאכדעם וואס בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי האט געזאגט, אז איר רעגירונג האט געטראפן קלארע באווייזן, אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער’ן פארגיפטן סערגעי סקריפאל, און דערווייל האט רוסלאנד נישט געברענגט קיין שום באווייזן דאס אפצואווענדן.
נעכטן האָט מען אויך געהערט א סטעיטמענט פון ווייסן הויז, אז אמעריקע שטייט מיט ענגלאנד’ס באשלוס ארויסצואווארפן די רוסישע דיפלאמאטן, און אויך שטייט אמעריקע מיט ענגלאנד אין פארדאמונג פון רוסלאנד’ס ברוטאלע שריט.