קאליפארניע – א קאליפארניער איינוואוינער ביים נאמען מייק היוס, וועלכער איז באקאנט מיט זיינע ווילדע טעאריעס און קאנספיראציעס איבער דער וועלט און אנדערע פלאנעטן, האט זיך סוקסעספול ארויפגעשאסן 1,875 פיס אין דער לופטן, אין א ראקעט וואס ער האט אליין צוזאמגעשטעלט, אינעם מוהאווי מדבר אין קאליפארניע. היוס האלט אז אונזער וועלטל איז פלאך, און נישט א טאבע ווי יעדער ווייסט און פארשטייט, און אין זיין מאדנעם קאפ האט זיין ראקעט ארויפשיס געזאלט איבערצייגן זיין טעאריע, האבנדיג דערויף אויפגעשריבן די ווערטער “פארשט די פלאכע ערד”. היוס’ס ראקעט איז טאקע סוקסעספול ארויפגעשאסן געווארן, אבער ביים לאנדן איז ער געווען געצוואונגען צו נוצן אן עמורדזשענסי פאראשוט, און געלאנדעט מיט א שטארקן זעץ צוריק אויף דער ערד, פון וועלכע ער האט געליטן וואונדן אויפ’ן רוקן און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.