טשיקאווע נייעס

בעסער שוין צו זיין ארבעטסלאז…

ניו העמפשיר – צו זיין ארבעטסלאז איז פאר קיין שום איד געוואונטשן, אבער א פרוי אין ניו העמפשיר וועלכע האט איינגעגעבן פאר א פאטענציעל-גוט באצאלטע דזשאב, האט זיך אויסגעלערנט אז מ’דארף זיין געהיטן מיט וואס מ’וואונטשט זיך. די פרוי קריסטינא האועפס, פון מאנטשעסטער, ניו העמפשיר, האט אריינגעגעבן אן אפליקאציע צו באקומען א דזשאב אלס איינגעשטעלטע אין די לאקאלע הילסבארא קאונטי טורמע, נאכ’ן זעהן א קלאסיפייד אז אן ארבעטער ווערט געזוכט, אבער צו איר איבערראשונג, עטליכע טעג נאכ’ן אריינגעבן די אפליקאציע, האבן פאליציי אפיצירן אנגעקלאפט ביי איר אינדערהיים און זי איז ארעסטירט געווארן! עס שטעלט זיך ארויס אז זי איז געווען געזוכט דורך אויטאריטעטן אין די סטעיט מעין, אויף א גניבה קלאגע.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.