דייטשלאנד – אן אנטיסעמיטישע אטאקע וואס האט נעכטן פאסירט אין בערלין, דייטשלאנד, איז פארוואנדלט געווארן אין אן אינטערנאציאנאלע געשיכטע, נאכדעם וואס עס האט געברענגט א זעלטענע שנעלע רעאקציע פונעם דייטשן קאנצלער אנגעלע מערקעל. דער אינצידענט האט פאסירט ווען דריי פארשוינען זענען איבערגעפאלן צוויי מענטשן מיט יארמולקעס אויף די קעפ, שלאגנדיג איינעם גאר ברוטאל מיט א לעדערנעם פאסיק, פון וואס יענער האט געליטן ערנסטע יסורים. קאנצלער מערקעל האט שארף פארדאמט די אטאקע, אבער די געשיכטע איז געווארן גאר אינטערעסאנט, ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די צוויי זענען בכלל נישט געווען קיין אידן, און איינער איז גאר געווען אן איזראעלישער אראבער. די צוויי זאגן אז זיי האבן זיך אנגעקליידט מיט יארמולקעס, וועלנדיג טאקע זען וואס ס’פאסירט צו אידן וואס גייען ארום אפענערהייט אלס אידן אין בערלין.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.